ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'ק

ב"ה, ה' שבט, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ

מו"ה שמואל בצלאל שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון י"ד טבת, ובפשיטות אז עס האט ניט קיין ארט לבקש סליחה פארן שרייבין אין די ענינים פון בית רבקה, ואדרבה, מען מוז דאך וויסען דעם מצב כמו שהוא, און עס [איז] שטענדיג גלייכער צו באקומען די ידיעות ווי זיי זיינען און פון ידידים און בפרט אז סוכ"ס קומען דאך אן די ידיעות וועגען די חסרונות מן הצד און פון אזעלכע וועלכע זיינען דערוויילע ניט פון ידידים וקרובים וואס דאס דריקט זיך אויס אויך אין זייער שרייבען בהגזמה וועגען דעם.

און אין דער עצם שאלה - איצטער איז אזא צייט אז מען דארף אריין חאפען וואס עס לאזט זיך און בפרט אין עניני חינוך, און דאס וואס עס איז אמאל פארבונדען מיט הוצאות וואס מען זעהט ניט אויפן ארט ווי וועט מען זיי דעקען, איז אויף געלט גיט מען זיך סוכ"ס א עצה, אויב אפילו די עצה קומט מיט חדשים שפעטער, עס איז נאר "ניט באקוועם" זיין א בעל חוב אין פארלויף פון חדשים, מה שאין כן אז מען לאזט לרגע אפ דעם חינוך פון תלמידים-ות, ווארטען זיי דאך ניט און גייען אוועק אין א ריכטונג וואס ניט אלע מאל איז מען צופרידען, און איך האף אז אנ"ש וועלען מוסיף זיין אין שימת לב אין די אלע ענינים וואס די השגחה עליונה האט זיי געגעבען צו אויפטאן במעלבורן בפרט ובאוסטראליע בכלל און אין דעם עיקר כנ"ל בעניני חינוך, און אז מען וועט טאן אין דעם מיט שמחה וואס דאס איז בדרך ממילא ממעט די מרה שחורה און אויך מלמעלה גיט מען ענינים צו זיין בשמחה, כידוע לשון הזהר הק' בזה, וכפי הידוע פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז דאס וואס א סאלדאט גייט אין פאראד מיט א נצחון מארש איז דאס אליין פארגרעסערט און פארשנעלערט דעם נצחון.

ע"פ הנ"ל איז מובן אויך, אז בכלל בהנוגע צו קינדער, כל זמן זיי האלטען אין לערנען דארפמען אויסניצען די צייט זייערע בזה אין דער מאקסימאלסטער מאס וויפיל עס לאזט זיך נאר, ווארום אויב צוליב וועלכען עס איז טעם ראייסין זיי זיך אפ פון דעם, איז דערנאך זייער שווער צו פועל זיין דעם צוריקקומען לערנען און ווער רעט אז עס זאל נאך זיין בהתמדה אויך, וק"ל.

וואס איר שרייבט בהנוגע א שד"ר פון תו"ת דלוד אין אוסטרליא, כמדומה לי אז איך האב שוין אמאל געשריבען אין דעם מיין מיינונג, אויף דעם זעלבען ענין, אז אין דעם דארפען זיך צונויפריידין אלע דריי, אנ"ש דאוסטרליא תו"ת דלוד ומרכז תו"ת אשר בארצוה"ב בכדי ניט מבלבל זיין איינער דעם צווייטען נאר צו מסייע זיין. און דער זכות פון בעל ההילולא מנהל תו"ת ומוסדות חב"ד בכל קצוי תבל יעמוד לבשר טוב בכל האמור.

בברכה להרחבת הפרנסה ולבשר טוב תכה"י ובשמחה כמנהג ניקאלאייעוו ואנשי' מאז.

ה'ק

נדפסה בלקו"ש חכ"ב ע' 340 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מו"ה שמואל בצלאל: אלטהויז, מלבורן. אגרות נוספות אליו - לעיל ד'תתקיא, ובהנסמן בהערות שם. וראה שםלתוכן האגרת שלפנינו.

פתגם: ראה גם לעיל חי"ב אגרת ד'מט, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ה'קצז. ה'רסב.

כמנהג ניקאלאייעוו: מקום מוצאו של הרשב"ץ אלטהויז.

*) ראה שו"ת דברי חיים ח"ב. בית היוצר חאו"ח וחיו"ד. מנחת אלעזר ח"א. ועוד.