ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'קלח

ב"ה, י"ט שבט, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ. י.

בראנזוויל-איסט-ניו-יורק ליידיס אקזילערי

פאר די

ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער מיטטיילונג, אז אייער יערלעכער באנקעט איז באשטימט געווארן אויף מיטוואך פ' משפטים, כ"א שבט, ה'תשטו"ב.

השם יתברך זאל העלפן, אז אייער אונטערנעמונג זאל זיין בהצלחה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וואס בא אידן זיינען ביידע זאכן ענג פארבונדן, און בפרט ווען עס האנדלט זיך וועגן שאפן גשמיות'דיקע הילף פאר דער ישיבה, וואס ווערט פארוונדעלט אין רוחניות - אין תורה ביראת שמים וקיום המצוות בהידור.

איינע פון די פונדאמענטאלע זאכן וואס פרשת משפטים (וואו עס ווערן געגעבן די ערשטע פרטיות'דיקע דינים נאך מתן-תורה) לערנט אונז, איז צו מקיים צו זיין די תורה און מצוות מיט קבלת-עול, לויט ווי אלע אידן האבן אויסגערופן ביים בארג סיני: נעשה ונשמע - פריער נעשה - מיר וועלן טאן, און דערנאך ערשט ונשמע - מיר וועלן פארשטיין. דערפאר הויבט זיך אן פרשת משפטים מיט די דינים פון אן עבד עברי (אידישער קנעכט) און אמה (דינסט), אלס אן אריינפיר צו ווייזן, אז יעדער איד, מאן אדער פרוי, דארף זיין אן עובד ה' - צו דינען ג-ט ברוך הוא מיט דער גרעסטער איבערגעבנהייט און מסירות-נפש.

עס איז אויך באוואוסט וואס אונזערע חכמים זכרונם לברכה האבן געזאגט, אז איידער די תורה איז געגעבן געווארן, האט דער אויבערשטער געהייסן משה רבינו פריער ריידן מיט די פרויען און דערנאך ערשט מיט די מענער, ווארום בלויז מיט דער פולסטער הילף פון ער אידישער פרוי קען מען פארזיכערען די אייביקייט פון לימוד תורה און דעם קיום פון די מוסדות התורה וחינוך הכשר.

השם יתברך זאל יעדער איינער פון אייך העלפן צו פארגרעסערן אייער ארבעט לטובת הישיבה מיט פארגרעסערטער איבערגעבנהייט און מסירות נפש, ווי אויך צו פארשטארקען די יסודות פון תורה און מצוות יעדע איינע בא זיך אין שטוב און בהשפעה אויף דער סביבה ארום, וואס דערמיט ברענגט איר אראפ די ג-טלעכע ברכות מצליח צו זיין אין אייערע ענינים הפרטיים בגשמיות וברוחניות.

בברכה צו גוטא בשורות אין דאס אלעס אויבען געזאגטע.

ה'קלח

מו"ה יצחק: מורציאני, מקנס.