ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'רא

ב"ה, י"ב אד"ר, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יצחק נח שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ב', אין וועלכען איר שרייבט וועגען אפשליסען דעם קאנטראקט און וועגען היתר עיסקא.

דעם נוסח פון דער היתר עיסקא קאן מען געפינען אין אייניגע ספרים און פון זיי אין דעם קיצור שולחן ערוך בהוצאת הרב פעלדמאן, אין אייער פאל פון א קאנטראקט איז דאס לייכטער איידער א סתם הלואה, און אויב איר וועט ניט געפינען דעם נוסח קען מען צושרייבען די ווערטער "ע"פ היתר עיסקא" וואס דאס וועט גענוגענד זיין ביז א רב וועט צוזאמענשטעלען א גענויעם נוסח, און אויב די ווערטער "ע"פ היתר עיסקא" קען זיין אנגעשריבען אוףי דעם קאנטראקט איז אודאי גוט, אויב צוליב וועלכען עס איז טעם קען דאס ניט זיין אנגעשריבען אויף דעם קאנטראקט, קען מען אנשרייבען אויף א באזונדער פאפיר, "אז דער קאנטראקט צווישען דעם און דעם וועלכער איז געמאכט געווארען אין דעם און דעם טאג, איז דאס על פי היתר עיסקא, ועל זה באע"ה יום לחדש שנת פה עיר, נאום נאום - און דערנאך זאל שטיין געשריבען - בפנינו עדים חתומים מטה נעשה ענין הנ"ל ובפנינו חתם פב"פ ופב"ב, בחתימת ידם ממש נאום פב"פ עד, ונאום פב"פ עד".

דער עיקר בין איך געווען צופרידען לייענען אין אייער בריף אז אייער פאטער שי' פילט בעסער, און השי"ת זאל העלפען אז עס זאל זיין פון גוט צו נאך בעסער, און זאלט אנזאגען גוטע בשורות אויך וועגען די אלע אנדערע וואס איר דערמאנט אין אייער בריף.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ה'רא

מו"ה יצחק נח: סילווער, דטרויט.