ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'רט

ב"ה, י"ד אד"ר, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה דורך הרה"ח אי"א נו"נ רב פעלים מו"ה... אז בעזרת השי"ת האט איר אפגעשטעלט דעם טאג פון דער חתונה פון אייער טאכטער... און השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת און בויען א הויז וועלכע זאל זיין באמת גליקליך.

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך, אז דער גליק פון יעדער מענשן, היינגט אפ אן די ברכות פון השם יתברך בורא עולם ומנהיגו און איז משגיח בפרטיות אויף יעדערן פון אונז בתוך כלל ישראל, פון דעם איז אויך פארשטענדליך די נויטיקייט צו אויפפירען זיך לויט דער אנוויייזונג פון בורא העולם ווי ער האט דאס פארגעשריבען אין זיין הייליקער תורה, וואס דענסטמאל האט מען א שטארקע בארעכטיגטע האפענונג צו אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך, און אויב דאס איז אזוי שטענדיג, איז דאס נאך אין א גרעסערער מאס וויכטיג אין דער צוגרייטונג צו א חתונה, וואס דענסטמאל הויבט זיך אן א נייע תקופה אין דעם מענשנס לעבען.

פון דעם איז פארשטענדליך, אז איר און אייער פרוי שיחיו, ווע[לן] זיכער אויסניצען אייער פולסטען איינפלוס אויף אייער טאכטער תחי' אז זי זאל נעמען אויף זיך א פעסטען באשלוס, און דער עיקר צו פארווירקליכען אין טהאט, צו אפהיטען די אלע זאכען וועלכע ווענדען זיך אן איר, אז איר הויז זאל זיך פירן אין אידישען וועג, וואס דאס בריינגט גליק אין הויץ, און בפרט היטען אין ענינים פון טהרת המשפחה (וואס דאס דארף אנגעהויבען ווערען נאך פאר דער חופה אלס צוגרייטונג צו דעם), אפהטיען כשרות פון עסען, שמירת שבת וכו', און השם יתברך זאל אייך העלפען צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

בברכת מזל טוב מזל טוב,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר