ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'רי

ב"ה, ט"ז אד"ר, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

... עס איז דערגאנגען צו מיר א מערקווירדיגע ידיעה (וואס מעגליך דאס פארענטפערט טיילווייז די מערקווירדיגע שוועריקייטען וועלכע דו טרעפסט אן בעניני השידוכים, און דאס איז אז א חלק פון צייט זייענדיג אין... איז ניט קוקענדיג אויף דעם וואס דו ביזט געפארען פון דאנען מיט א כוונה ידועה, האסט דו בוחר געווען צו לערנען אין א ישיבה וועלכע האלט מלחמה נגד לימוד החסידות ועוד... בכל אופן יהי רצון מען זאל יוצא זיין על כל הנ"ל מיט דעם עגמ"נ וואס מען האט געהאט ביז איצטער, ומכאן ולהבא ינחהו השי"ת בעגלא דידן, בטוב הנראה והנגלה.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר