ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'ריא

ב"ה, ט"ז אד"ר, תשי"ז

ברוקלין.

מרת מערי תחי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון 27/1 און 13/2, און איך אייל צו אפשיקען מיין ענטפער, זעהענדיק פון אייער בריף אז איר זייט אויפגערעקט פון דעם ווי מען האט ערקלערט אייך דאס פאטאגראפירען פון דער ספר הרקמה.

אויף וויפל איך ווייס די ארבעט פון אפסעט, אין וועלכעס מיר האבען אסך געהאט פראקטיקע. איז שטענדיג פראן די מעגליכקייט, מאכען צוערשט א אפסעט פון דעם ספר ווי ער איז, און די פארקלעפעניש און פארשמירונג פון די ראנדען, ווערט דאס געטאן, ניט אויף דעם אריגינאל, נאר אויף דעם אפסעט, עס איז מער ניט, וואס אין אזא פאל מוז מען דאך צוויי מאל פאטאגראפירען, צאלען, אויך קען דאס געטאן ווערען דורך פערשידענע ביבליאטעקען, וואס אין די גרעסערע ביבליאטעקען האבן זיי פאטאסטאט באדינונג, און ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך וועגען א וויסענשאפטליכע ארבעט, ערלויבען זיי צו פאטאסטאטען די ספרים וועלכע זיי האבען אין זייער באזיץ, און וועס עס וועט האלטען נהענטער צום טהאט זאך וועט מען קענען אויסגעפינען דעם פרייז און וואו עס געפינט זיך דער ספר.

אז א ביבליאטעק זאל געבען דעם ספר, צו פאנאנדערנעמען עם און שפעטער צונויפקלעפען, איז אויף וויפל איך ווייס איז דאס געגען געזעץ, זעלבסט פארשטענדליך, איז דא א מעגליכקייט אז א פריוואט מענש, וועלכער באזיצט דעם ספר, זאל עם געבען, פאר דעם צוועק, און פילייכט ווייסט איר פון אזעלכע וועמען אייער מאן האט זיי געגעבען דעם ספר אלס געשאנק, ווען דער ספר איז ערשינען זיינער צייט, און דענסטמאל קען מען זיך ווענדען צו עם מיט דער פריער געזאגטער ביטטע.

עס איז אויך פארשטענדליך, אז פאטאסטאטען פון א ביבליאטעק עקזאמפליארן דארפמען נאר די זייטען אויף וועלכע עס איז דא די ראנד באמערקונגן, ווארום די זייטען וועלכע האבען ניט קיינע ראנד צושריפטען, קען מען דאך אויך פאטאגראפירען פון אייער עקזעמפליאר און דאס נאר איין מאל, וואס דורך דעם וועט קלענער זיין די אויסגאבען פון דעם דרוקען.

אלענספאל, לויט מיין מיינונג, האט די גאנצע זאך נאך צייט, צוערשט זאלען פארענדיקט ווערען די בעארבעטונגן פון די ראנד באמערקונגען, און דאן וועט מען געפינען א וועג, אויף ניט צו פארשמירען דעם אריגינאל.

מיט א וואונש צו גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאגטע.

ה'ריא

מרת מערי: ווילנסקי, סינסינטי. אגרות נוספות אליה - לעיל חי"ג ד'שדמ, ובהנסמן בהערות שם.

פאטאגרפירען: לצלם הספר מהטופס שעל גליונו כתובות ההגהות.

ספר הרקמה: ראה לעיל אגרת ה'קמב, ובהנסמן בהערות שם.