ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך יד /
- ה'רלח /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך יד > ה'רלח
ב"ה, ב' אד"ש, תשי"ז
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה' ברוך שי'
שלום וברכה!
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ערב ש"ק, און צו מיין גרויסע איבער'רעש'ונג דערמאנט איר גארניט וועגען דעם ענין הידוע פון דער בית הכנסת, און קיין טעם אויף דעם ניט דערמאנען האב איך אין אייער בריף ניט געפונען, און דאס וואס איר שרייבט אז עס איז דא פיל צו שרייבען, איז דאס ניט אויסעהאלטען, ווארום לויט דעם, איז אמווייניגסטען א העלפט בריף וואס מען שרייבט האט מען ניט געדארפט שרייבען און אפשר נאך מער ווי א העלפט.
בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון א מכתב כללי אין פארבינדונג מיט דער ספר שמות פון וועלכען מיר קומען איצטער, וועלכעס וועט אייך זיכער אינטערעסירען. און בשולי הגליון אויך א קצת ביאור אין דער פראגע וואס איר שרייבט, חאטש עס איז דא פיל צו שרייבען, און אזוי ווי אין יעדער ענין פון תורה וועלכע איז ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים, פונדעסטוועגען באפרייט דאס ניט צו שרייבען לפחות וויפיל מעגליך איז,
איך האף אז חנוכה האט איר געצונדען ליכטלעך אין אייער גאנצער סביבה ניט רעכענענדיק זיך וואס די צייט אויף דעם איז ווען עס איז טונקעל און פינסטער אין גאס און צינדן דוקא וואס מער און מער און דוקא על פתח ביתו במחוץ והנמשל מובן. - און גרייט זיך אויך לפורים, אויפטאן, כלשון המגלה "עמי הארץ - מתיהדים".
בברכה לבשו"ט.
ובשאלתו בתניא (עו, א): ובין מדרגה למדרגה טרם שיגיע למדרגה עליונה ממנה הוא בבחי' נפילה ממדרגה הראשונה - פארוואס מוז זיין די נפילה טרם שיגיע למדרגה העליונה?
די ערקלערונג אין דעם: מען האלט און געפינט זיך אין א בעשטימטע
מדרגה - דורך דעם וואס מען טוט, טראכט און הארעוועט אין די ענינים וואס בריינגען עם צו דער מדרגה. אויף צוקומען צו (אנאנדערע) א העכערע ענינים, און נאך א בעשטימטע הארעוואניע אין זייער פארשטאנד און געפיל קומט ער צו למדרגה עליונה יותר. - מען קען אבער ניט זיין אריינגעטאן און פארטיפט אין צוויי סארטען ענינים מיט אמאל, מוז מען אויפהערען צו ליעגען און טאן אין די פריערדיגע ענינים, מפסיק זיין פון זיי - במילא פעלט אויך דער רעזולטאט פון דעם טאן - מדרגתו הראשונה. עס בלייבט אבער א רושם.
למשל: א גוטער רעדנער וועט דורך א התלהבות'דיקע רעדע בריינגען זיינע הערער ביז צו טרערען בפועל אויב נאך עם זאל רעדען א צווייטער נאך אבעסערער פון עם און וועגען אזאך וואס איז מער און טיפער נוגע די צוהערער - וועט ער זיי בריינגען צו וויינען אויפן קול, אדער "ארויס פון די כלים" מרוב שמחה.
נאכדעם ווי דער ערשטער האט געענדיגט און איידער דער צווייטער הא "דערנומען" דעם עולם - זיינען באם עולם קיין טרערן אין די אויגען אויך ניטא, חאטש א רושם פון די געפילען בעת דער רעדע איז יא דא. - כמובן, דער רעדנער (אין נמשל) איז דער שכל.
די רעדע - וועגען גדולת הבורא, שפלות האדם וכיו"ב. וק"ל.
ה'רלח
מו"ה ברוך: ליטווין, מט' קלעמעס. אגרות נוספות אליו - לעיל ד'תתמג, ובהנסמן בהערות שם.
מכתב כללי: ראה לעיל אגרת ה'י.