ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'רמה

ב"ה, ג' אד"ש, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף מיט דער גוטער בשורה פון דעם געזונט בעסערונג פון אייער טאכעטר שתליט"א, און איך האף אז צו דער צייט פון באקומען מיין בריף פילט זי אייער טאכטער נאך בעסער און עס זאל גיין פון גוט צו נאך בעסער, און איר זאלט האבען פון איר און אלע אייערע פיל אמת'ן נחת וואס דאס איז אידישער נחת.

וואס איר שרייבט וועגען א עצה, - עס איז גלייכער אין אזא פאליווי איר באשרייבט, ניט צו אריינמישען זיך צווישען דער טאכטער און איר מאן שיחיו, וואס דענסטמאל וועלען זיי סוף כל סוף זיך אויסגלייכען, און אויב אפילו מען קען ניט אויסימיידען דאס אריינמישען זיך פון אנדערע, איז אויך גלייכער אליין דאס ניט טאן, וואס דענסטמאל וועלען די אנדערע אויך אויפהערען טאן דאס, זעהענדיק אז דער צווייטער צד טוט דאס ניט, און מעגליך אז עס איז ניט שטענדיג גרינג צו פועל'ן דאס בא זיך אבער נעמענדיק אין אכט, אז דאס איז די טובה פון אייער טאכטער, וועט מען מן הסתם קענען דאס פארווירקליכען.

און אזוי ווי מיר גייען דאך איצטער צו די טעג פון פורים זאל השם יתברך העלפען אייך צו אנזאגען גוטע בשורות גאר אין גיכען.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א