ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'רמח

ב"ה, ד' אד"ש, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון אדר"ח אדר שני, אין וועלכען דו שרייבסט פערשידענע בקשות.

זיכער איז איבעריג צו באטאנען אז אידען בכלל און בני ישיבה בפרט זיינען אלע זייערע ענינים אפהיינגיג אן זייער אויפפירונג אין ענינים פון תורה ומצות, וכמה שכתוב אם בחקותי תלכו, ופירש רש"י והוא מספרא, שתהיו עמלים בתורה ואת מצותי תשמרו וגו' ונתתי גשמיכם בעתם וגו' און די רז"ל זיינען מדייק דעם לשון, עמלים בתורה, פירוש, אז וואס פאר א כשרונות מען זאל ניט האבען קען מען צוקומען צו ממלא זיין דעם ציווי דורך עמל, וכמאמר רז"ל יגעת ולא מצאת אל תאמין, און אויך פון דער אנדער זייט, אז אפילו דער וואס האט די בעסטע כשרונות, און עס קומט עם אן גרינג דער לימוד התורה וקיום המצות מצד טבעו הטוב, מוז אבער אויך ער מוסיף זיין אין התמדה ושקידה ביז אז אויך בא עם זאל זיין די הנהגה פון עמלים,

און בפרט אז מען האט א ספעציעלע בקשה וועגען זיך און בהנוגע צו בני בית, איז די הוספה אין דאס אויבען געזאגטע א הכרחית מכל שכן וקל וחומר.

איך האף אז אלס צוגאב צו די שיעורים וואס דו האסט, היטסט דו אויך די דריי שיעורים בחומש תהלים ותניא הידועים, און אויך לויטן מאמר רז"ל יהיב פרוטה לעני והדר מצלי, גיסטו יעדער וואכען טאג פארן דאוונען אין דער פריה א פאר סענט אויף צדקה והשי"ת זאל דיר מזכה זיין צו אנזאגען בשורות טובות אין דאס אלעס וואס דו שרייבסט אין דיין בריף.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר