ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'רס

ב"ה, טי"ת אד"ש, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

במענה על מכתב[י]ו מט"ז וכח אד"ר, אין וועלכען איר שרייבט וועגען די פארהאנדלונגען מיט די פארשטייער און פרעזידענטען פון די שולען.

ובשאלתו אין דעם ענין פון דעם מיקראפאן, -

עס איז ברור הדבר אז דאס איז א איסור גמור צו באנוצען דעם מיקראפאן אין שול, ניט נאר שבת, נאר אויך יום טוב טאר מען ניט באנוצען דעם מיקראפאן, און אלס צוגאב וואס דאס ווערט געטאהן בפרהסיא און אויך בפלטרין של מלך זה בית הכנסת, פון דעם איז פארשטענדליך, אז דאס באנוצען דעם מיקראפאן קומט גאר ניט אין באטראכט,

ווי אזוי צו ריידין מיט די פארשטייער פון די שולען, - דאס ווענדעט זיך, אין דער וועג דורך וועלכער מען קען שנעלער איינווירקען, אז זיי זאלען דאס אויפגעבען, וואס אין דעם איז פראן פאלען וואס עס ווערט געטאן דורך שטריינגע פאדערונגען, און אייניגע פאלען דוקא דורך א פארקערטער וועג, ערקלערען מיט דרכי נועם וועגען דעם אפקלאנג וואס דאס נוצען דעם מיקראפאן קען האבען, סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארצנו הק' ת"ו, וואס די שול און די מתפללים וועלען באטראכט ווערען ווי א רעפארם געגען תורה ומצות, און ווען מען וויל אפילו נוצען דעם ערשטען וועג, איז גלייכער צו ריידין פריער מיט די אנוועזענדע מאחורי הפרגוד, אז זיי זאלען שטיצען דעם שטאנדפונקט בא זייערע אסיפות.

בודאי ינצלו - ומכינים עצמם באופן הדרוש לזה, - את ימי הפורים הבע"ל להפצת המעינות חוצה נוסף על ענין יום זה, ובפרט ע"פ המבואר בכ"מ מיוסד על מאמר תקוני זהר, פורים כפורים, ויה"ר שיהי' זה בהצלחה מופלגה ויבטלו כל המונעים ומעכבים ובפרט אשר ימי חדש זה עליהם אומרת תוה"ק החדש - זאת אומרת כל החדש כן הוא - אשר נהפוך להם לשמחה וליו"ט,

וענין נהפוך הוא אשר אפילו ענינים שאינם טוב הנראה והנגלה מסוגלים ימי חדש זה להפוך אותם לשמחה ולילה טוב נראים לעיני בשר.

בברכת הצלחה.

ה'רס

איסור ברור: ראה לעיל ח"ג אגרת תכז. תשובות ובאורים (קה"ת תשמ"ז) ע' 144.