ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך יד /
- ה'רפב /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך יד > ה'רפב
ב"ה, ט"ז אד"ש, תשי"ז
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים
מו"ה שלמה שי'
שלום וברכה!
באשטעטיג די ערהאלטונג בעתו פון אייער בריף, און אויך איצטער באקומען די ידיעה וועגען דער הצלחה פון דער פורים פארשטעלונג, און דעם ווארימען איינטייל וואס איר האט גענומען אין דעם, און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט קענען מקיים זיין דעם ציווי, מעלין בקדש, געזונטערהייט פון אייך און אייערע בני בית שי' הרחבת הדעת ופרנסה בהרחבה, וכולנו כאחד זאלן מיר זוכה זיין צו פארשטארקען און פארגרעסערען די מוסדות הק' פון חב"ד ליובאוויטש אין אלע ערטער וואו זיי זיינען פראן לויט דער פאדערונג פון דער שעה און ארט, וועלכעס ווערט אלץ גרעסער און גרעסער, און וואס די מעגליעכקייט צו טאן אין דעם גיט השם יתברך מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, און עס ווענדעט זיך נאר אן דעם רצון פון דעם מענשן, אויף ניט נתפעל ווערען פון מניעות ועכובים, און בפרט אז אין גרעסטען טייל זיינען זיי ניט מער ווי געדאכטע ניט ווירקליכע, און טאן פעולות בלבב שלם ושמח, וואס דענסטמאל איז די הצלחה נאך מער.
און קומענדיג איצטער פון די פורים טעג, גיבען די טעג אויך די אנווייזונג. אז מניעות ועכובים העלמות והסתרים, איז סוף כל סוף, ניט נאר וואס זיי שטערן ניט, נאר זיי ווערען אויך בייהילפיג, ווי דער תורה הק' זאגט אויף דעם חדש הפורים, והחדש - ד.
ה. אלע טעג פון חדש - אשר נהפך להם וגו' לשמחה וגו' ליום טוב,
און דער באדייט פון ונהפך איז, אז אפילו די ענינים וועלכע זיינען ניט בטוב הנראה והנגלה, איז מסוגל דער חדש, צו מהפך זיין זיי, לשמחה וליום טוב אנזעהוודיגע אויך פאר די פליישיגע אויגען.
בברכה לבשו"ט.
נ. ב.
ת"ר נכון ונתקבל ות"ח.
ה'רפב
מו"ה שלמה: פערין, לונדון. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"א ג'תרכו, ובהנסמן בהערות שם.