ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'רצג

ב"ה, כ"א אד"ש, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

...זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען, אז דוקא נאך דער חתונה דארפמען מוסיף זיין אין ענינים פון תורה ומצות, וואס פון דעם יום החופה גיט מען מלמעלה א תוספת הצלחה אין דעם, און אז מען גיט דאס מלמעלה, איז דאך דאס זיכער צוליב דעם אז מען זאל דאס אויסניצען ווי געהריג און אין דער פולער מאס, און אזוי ווי אין עניני מצות איז דאך ואהבת לרעך כמוך א כלל גדול בתורה און בפרט צו גאר נאהענטע, זאל השי"ת געבען אייך הצלחה אין אייער ריידין מיט אייער ברודער, אז עס איז שוין גענוג צו פארמאכען די אויגין און ניט וועלען זעהען חסדי השם יתברך מיט עם ביז איצט און אויך איצטער, וואס דורך עקשות ניט וועלען זעהען דאס, איז ניט נאר וואס מען מאכט דערמיט שווערער פאר זיך און פאר דער סביבה און די בני בית, מאכט דאס נאך א לבוש אויף די חסדי השי"ת, ווארום אתערותא דלעילא איז דאך כעין אתערותא דלתתא, און אז מען עקש'נט זיך למטה, אז "ניט אזוי איז דער פשט און ניט אזוי איז דער אינהאלט", וכו' רוח אייתי רוח כו'.

- זעלבסט פארשטענדליך אז זעהען אליין החסדים איז ניט גענוגענד נאר מען דארף מאכען כלים טהורים וכלים רחבים אויף צו אויפנעמען די חסדי השם יתברך, - ליידער צייטענווייז וויל ער זיך אליין איינריידין, אז עולם כמנהגו נוהג און דאס איז טבע [כפירוש תיבת טבע, פארזונקען], במילא קען דאס גורס זיין ח"ו לתוצאות דלעיל, און חאטש עס איז דאך לא ידח ממנו נדח, אבער דער היזק וואס לעת עתה מאטערט מען זיך און די בני בית, בה בשעה וואס ער האט געקענט זיין א עובד ה' בשמחה און עס זאל אויך זיין גשמיות בשמחה, פון וואס צו זיין פרייליך אפילו בטוב הנראה והנגלה בעיני בשר. ויהי רצון שגם בה יבשר טוב ושיהי' נכלל בזה אז אייער ברודער פילט זיך נעהנטער... נעמט איינטייל אין די שיעורים הנלמדים ברבים און בכלל אין די פעולות חב"ד ועוד ועוד.