ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'שו

ב"ה, כ"ד אד"ש, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ב' אין וועלכען איר שרייבט וועגן אייער שטימונג, געזונט צושטאנד און דערמאנט אויך וועגען איבערמופען אין א נייער דירה, און קוקט אויף דעם ווי אויף א שווערע זאך.

עס וואונדערט מיך זייער, געדיינקענדיג וואס איר האט אמאל געשריבען וועגען אייער איצטיקער דירה, האט דאס געדארפט איברעצייגען אייך אז דער איבערמופען איז גוט פאר אייך און אייער מאן שי' און דעריבער דארפמען זיין צופרידען פון דעם און די שוועריקייטען וואס איר זעהט בהנוגע צו די ניט מאדערנע פארניטשור אדער ניט גוטע פארניטשור, האט דאס גארניט קיין באטרעף לגבי דער טובה פון ארויסמופען פון דעם איצטיקען סעקשאן, און זיכער אז מיט דער צייט וועט איר באקומען באקאנטע דארט און מיט דער צייט אויך פריינד.

ובכלל בא אידן, מאן אדער פרוי געפינענדיק זיך אין דעם חדש אדר און גייענדיק צו פסח, וואס די צוויי חדשים זיינען מזל'דיקע אין דער גרעסטער מאס פאר יעדער אידען וואו זיי זאלען זיך ניט געפינען, דארפמען יעדער טאג דאנקען צו השם יתברך אויף דעם חסד וואס ער האט געטאן ביז איצטער און זיין בטוח אז אויך ווייטער וועט ער ברוך הוא ווייזען חסד, וואס דענסטמאל איז מען זוכה צו זעהען דאס אויך מיט די פליישיגע אויגען און אין פילע אופנים.

וואס איר שרייבט וועגען עלענדקייט, האף איך אז איר נעמט איינטייל אין דער ארבעט פון ליידיס אוקזילעריס און ענליכעס, וועלכעס איז פארבונדען מיט גוטע ארבעט פאר אידישקייט און אידישע מוסדות, און זיכער קען הרב העכט שי' צו ראטען אייך אין דעם.

איך האף אז די אויבען געשריבענע שורות וועלען גענוגענד זיין צו איברעצייגען אייך, און לייכט, פון די גרויסע חסדים פון השם יתברך וואס איר האט געהאט דעם זכות צו ערציהען פיינע קינדער און האבען נחת פון זיי און פון אייניקלעך, צו קענען טאן פאר אידשקייט ווען מען וויל נאר, וואס פון דעם איז זעלבסטפארשטענדליך אז ניט נאר איז ניטא קיין גרונט צו זיין אין א ניט גוטער שטימונג, נאר אין געגענטייל, איר דארפט זיין בשמחה פון דעם עבר און אויך פון דער געגענווארט און נאך מער פון דער צוקונפט.

בייגעלייגט איז דא א טשעק אויף 180$ א הלואה אויף א ליינגערע צייט און זאלט ניצען די געלט אויף די עקספענסען פון דעם מופען און אויך אויף די הוצאות וועלכע זיינען פארבונדען מיט פסח, און איר דארפט זיך ניט איילען מיטן צוריקצאלען, עס קען נעמען א האלב יאר, דריי פערטעל יאר און א יאר און מער.

בברכה צו א כשר'ן פסח און צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

נ.ב.

זעלבסט פארשטענדליך, ווען איר וועט באזוכען א דאקטאר, דארפט איר אויספאלגען אלע זיינע אנווייזונגען, און השי"ת זאל געבען אז דאס זאל זיין בהצלחה און זאלט אנזאגען גוטעס אויך אין דעם.