ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'שיא

ב"ה, כ"ה אד"ש, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריוו.

א) אין דעם וואס רש"י ברענגט (בראשית כה, יג) אז השי"ת האט צונויפגעוויקעלט גאנץ א"י אונטער יעקב'ן, פרעגסטו אויב אזוי וואו איז דענסטמאל געווען יצחק.

עס וואנדערט מיר אויף דיין פראגע, עס שטייט פריער אין פסוק ויחלום, אז דאס איז אלץ געווען אין חלום. און ווי דער חזקוני באטאנט עס דארטען.

[ב)] בעת רצון וועט מען מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע דו שרייבסט צו דעם וואס זיי נויטיקען זיך מ'דארף אבער שרייבען אהער יעדערען'ס נאמען מיט זיין מוטערס נאמען.

און וויבאלד אז דו בעטסט די ברכה פאר זיי פון השי"ת, זאלסטו זען זיך אויפפירען זיך אליין ווי השי"ת האט אנגעוויזען אין זיין הייליקער תורה און דו וועסט אויך אנווירקען אויף דיינע חברים אז אויך זיי זאלען אזוי טאן. און אז דו וועסט וועלען אויף א אמת וועסטו מצליח זיין אין דעם, און דורך דעם, וועלן אויך דיינע בקשות פאר די וועלכע דו שרייבסט אנגענומען ווערן למעלה.

בברכה.

ה'שיא

נדפסה בלקו"ש חט"ו ע' 506 והושלמה ע"פ העתקה.