ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'שכב

ב"ה, כ"ט אדר ב', תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף - אן א דאטום פון שרייבין - מיט דעם בייגעלייגטען ארטיקעל, און איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז איר שטייט אין פארבינדונג מיט אייערע פריינדינעס אין... און געוויס וועט איר פארשטארקען דעם פארבונד אויף ווייטער און עס זאל אויך פארשטארקט ווערען די ענינים פון אידישקייט בכלל און דאס וואס אנבאלאנגט צו פרויען ספעציעל, עס איז א שאד וואס די מקוה די נייע איז ביז איצטער נאך ניט אויפעבויט געווארען, און אזוי ווי אין פילע ערטער אין אמעריקא, וואלט מיט איין שטויס (פוש) פילייכט די זאך געקומען אין א גרעסערער באוועגונג און וואלט גיכער פארענדיגט געווארען, און אין אזעלכע ענינים, קען מען דאך ניט אפשאצען אויף וויפיל עס קען זיין נויטיג מיט א טאג פריער.

איך רעכין אז מן הסתם קומען דאך פון... פרויען פון צייט צו צייט אין נויארק, און ווען איר שטייט מיט זיי דא, אין פארבינדונג קענט איר זיך טרעפען מיט זיי דא און מאכען זיי ווארימער צו דעם געזאגטען ענין, און בא א פאסענדער געלעגנהייט קען מען זיי אויך פילייכט בריינגען צו א אסיפה פון נשי ובנות חב"ד, וואס האפענטליך וואלט דאס געמאכט אויף זיי דעם געהעריקען איינדרוק.

פון דאס אויבען געזאגטע איז אויך פארשטענדליך, אז דאס וואס איר שרייבט אין אייער בריף וועגען זיך, אין א ניט פרייליכער שטימונג, איז דאס אין ווידערשפרוך מיט דעם אנהויב פון אייער בריף, ווארום אז השם יתברך גיט די מעגליכקייט צו אויפטאן פאר אידישקייט אין א גאנצען קרייז, איז דאס איבערצייגט אז עס זיינען פראן כחות און השם יתברך איז מצליח אין דעם, מען דארף זעהן נאר אויסניצען די כחות אין דער מאקסימאלסטער מאס, וואס דאס איז א וויכטיגער תפקיד (פונקשאן) אין לעבען און גיט אינהאלט (תוכן) אויך אין די שעות אין טעג, וועלכע מען איז ניט באשעפטיגט אין דעם, האבענדיק אין געדאנק אז אין [א] וויילע ארום נאך דעם, וועט מען קענען טאן אין אויפהאלטונג און פארשפרייטונג פון אידישקייט.

און בפרט אז דורך דער פאראייניגונג פון נשי ובנות חב"ד, איז דא גרויסע מעגליכקייטען צו אויפטאן, ניט נאר אין ענינים פון חסידות, נאר ליידער פעלט נאך אויך אין סתם אידישקייט, צוליב עם הארצות און אומוויסענהייט, און ווען אין א דיפלאמאטישען אופן, פארשפרייט מען דיני ומנהגי ישראל, וואלט דאס געבראכט מאמענטאל א גרויסע ענדערונג צום גוטען דאס וואס לויט אייער שרייבען, איז ליידער די פרויען דא פירען זיך ניט אויף ווי געהעריג אין דער ארבעט, ובמילא איז ניט נאר וואס עס בריינגט ניט קיינע נוצען, נאר עס קען נאך בריינגען שאדען איז פון דעם צו פארשטיין, אז דאס איז נאך א טעם, פארוואס מען דארף טאן די ארבעט מיט מער ווארעמקייט און מער קאך, וויסענדיק אז די ארבעט מוז זיכער געטאן ווערן וויבאלד דאס איז די פאדערונג פון דעם נותן התורה והמצות, און ווען מען זעהט אז עס פעלט די ארבעט אדער ווערט געטאן ניט גענוג, פארגרעסערט דאס דעם טאן אויך מיטן טייל ארבעט וואס וואלט געדארפט געטאן ווערען דורך אנדערע, און מיר האבען די הבטחה פון דער תורה, אז די ארבעט וואס מען דארף אויספילען איז ניט איבער די כחות וואס השם יתברך גיט, און מען דארף ניט שפרינגען מיט איין מאל, נאר טריט נאך טריט, און דענסטמאל סוף כל סוף זעהט מען גרויס הצלחה.

וואס איר שרייבט, אז עס דאכט זיך אייך, ווי מען גייט אויף א לייטער, און אויב מען מאכט א ניט ריכטיגער שריט, איז ניט יעדער האט די מעגליכקייט צו גוט מאכען דאס.

וואונדערט דאס מיר, ווי קען גאר א פרוי וועלכע איז ערצויגען געווארען אין חסידישער הויז, גאר קענען טראכטען אזוי און שרייבען דאס, נאך דעם ווי דער גאנצער חסידישער געדאנקען גאנג איז, אז צו אלץ העלפט תשובה. און וואס מער נאך וויכטיג איז צו וויסען, אז סוף כל סוף טוט יעדערער תשובה, מען דארף דאס נאר טאן וואס פריער, פארדינט מען צייט. און תשובה מיינט מען ניט נאר צו זאגען אשמנו בגדנו וכו' נאר דער חסרון וועלכער איז געווען א וויילע זאל אויסגעפילט ווערען, עס זאל ניט בלייבען קיין צייכען פון דעם.

איך האף אז איר האט געלייענט אויך מיין מכתב כללי צום ראש השנה פון דעם יאר, אין וועלכער עס איז אויפגעבארכט געווארען דער געדאנק חאטש אין קורצען ווי אזוי פון יאהר צו יאהר און פון טאג צו טאג, ווערט געמערט דאס גוטע אין דער וועלט, און דאס ניט גוטע ווערט אלץ מער ווייניגער און ווייניגער.

די נקודה פון דאס אלץ אויבען געשריבענע, איז:

העכסט נויטיג און וויכטיג איז, צו ערפילען די אנווייזונג פון עבדו את ה' בשמחה דוקא, און דער עבדו את ה' איז ניט נאר באם דאוונען אדער בא טאן א מצוה דירעקט, נאר אפילו באם עסען טרינקען און ענליכעס, קען מען מיט דעם אויך דינען השם יתברך, ווי ערקלערט אין מערערע ערטער אין תורת החסידות.

השם יתברך זאל העלפען אייך, אייער מאן הרב שי' - אז אייער הויז זאל זיין א פרייליכע הויז תמיד כל הימים און מגדל זיין אלע אייערע קינדער שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים אין דעם דרך החסידות.

בברכת חג הפסח כשר ושמח.

ה'שכב

מכתב כללי: דלעיל חי"ג ד'תשלט.