ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'שעב

ב"ה, י"ג ניסן, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ.י.

לכבוד המתפללים והגבאים דביהכ"נ

ות"ת אגודת חב"ד, בשיקאגו,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

פון צייט צו צייט באקום איך באריכטן וועגן די ענינים פון דער שול און תלמוד-תורה, וועלכע טראגן דעם באדייטונגס-פולן נאמען "אגודת חב"ד", ווי אויך וועגן דער איבערגעבנהייט פון דער פרויען ארגאניזאציע.

עס האט יר אויך געפרייט צו באקומען די ידיעה, אז איר האט לעצטנס איינגעארדנט א טעסטימאניעל דינער לכבוד אייער ווירדיגען גייסטיגען פירער, הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מרץ ורב פעלים מוה"ר צבי' שי' שוסטערמאן, וואס דאס גיט מיר די האפנונג, אז ניט נאר וויסט איר ווי אפצושאצן אייער ווירדיגען רב און גייסטיגען פירער, נאר אז דאס דריקט זיך אויך אויס אין מעשים בפועל צו פארשטארקען דעם גייסטיגען לעבן, אין שול, אין דער תלמוד-תורה, אין דער היים און אין דער גאנצער סביבה, על פי תורה תורת חיים ומצוותי', ווי זיי זיינען באלויכטן און באלעבט דורך דער ליכטיקייט און ווארימקייט פון תורת חסידות חב"ד.

שטייענדיק ערב דעם גרויסן און ליכטיגען יום-טוב פון חג המצות זמן חירותנו, האף איך אז דער יום-טוב וועט אייך אלעמען דערמוטיגען צו פארשטארקען אייער ארבעט אויפצוהאלטן און אויסצושפרייטן די הייליגע טראדיציעס פון אייערע עלטערן, וועלכע זיינען געווען חסידים ואנשי מעשה, און דער זכות וועט אייך זיכער ביישטיין צו געניסן פון די ג-טלעכע ברכות אין אלע אייערע באדערפנישן, קערפערלעך און גייסטיק, און אמת'ע באפרייאונג, וואס דאס איז די באפרייאונג פון אלע זאכן וועלכע שטערן עבודת השם בשמחה.

בברכת חג הפסח כשר ושמח.