ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תל

ב"ה, ו' אייר, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון ראש חדש אייר, אין וועלכען דו שרייבסט וועגען דער פלוצלונדיקער ענדערונג אין דער באציהונג פון דעם באטרעפענדען צו דיר, נאך דעם ווי מען קען זיך און מ'האט זיך באגעגענט מערערע מאל, און וואונדערט זיך אויף דער סיבה אין דעם.

אזוי ווי אין אלע איינגעלעגענהייטען פון אידען, איז די אמת'ע סיבה, א תורה'דיקע און א פנימיות'דיקע, ד.ה. אז די אויפפירונג איז ניט געווען אין איינקלאנג צו די אנווייזונגען פון תורתנו הקדושה, און אזוי ווי דאס איז דאך נוגע לפועל, מוז מען זאגען די זאך ווי זי איז, בכדי מען זאל וויסען וואס צו פארריכטען, אז דאס איז געווען ליידער פארקערט פון די תורה אנווייזונגען און ליידער ניט תמיד צניעות.

עס איז שווער צו שרייבען אזעלכע רייד, און בפרט אז מען דארף דאך יעדערען דן זיין לכף זכות. אבער ווי געזאגט אויבען, אן דעם היינגט אפ אזא וויכטיקער ענין, איז דאך ניט נוצבאר, ניט צו זאגען די זאך ווי זי איז, און דאס ווערט נאך קלערער, פון דער אויסגאנג פון דער זאך, א ריחוק (דערווייטערונג) קומט דורך קירוב האסור (פארבאטענער נאהענקייט).

ווי אויבען געזאגט, איז די כוונה פון דעם שרייבען, ניט צו ווייטאן ח"ו און מאכען שווער וועמען עס איז, נאר אום צו ערוועקען אויף דעם תיקון (דאס גוט מאכען) פון דער זאך, וואס דאס איז דאך דער כללות ענין פון תשובה, וואס עס העלפט אויף אלץ, אויב דאס איז נאר מיט אמת און פאלקאם, און אויף הקדוש ב"ה איז געזאגט, ה' יראה ללבב, און אז ער - ברוך הוא - זעהט אז עס איז פראן א חרטה גמורה על העבר וקבלה טובה על להבא (א ווידערווילען אויף דאס פארגאנגענע און א גוטער באשלוס אויף דער צוקונפט) ווי עס איז נויטיג, גיט דענסטמאל השם יתברך הצלחה אין די ענינים.

און נאך דעם פעסטען באשלוס אין דאס אויבען געזאגטע, דארפמען אויסגעפינען פון דער זייט (ד.ה. ניט דירעקט) אפשר איז אויך געווען א אויסערליכע סיבה וועלכעס האט פאראורזאכט דעם אויבענדערמאנטען ענדערונג אין באציהונג, און זעהען וואס מען קען טאן אין דעם, און אפשר וועט מען גארניט דארפען אויך אנקומען צו דעם.

אזוי, ווי לויט דיין שרייבען, האסט דו געלערענט אין בית יעקב, רעכין איך אז עס זיינען דא ברכות ותפלות וועלכע דו זאגסט אויפשטייענדיג פון שלאף, וואלט געווען א גלייכע זאך אז אין די וואכען טעג, זאלסט דו פאר די תפילות וואס דו וועסט זאגען, געבען א פאר סענט אויף צדקה.

בברכה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר