ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תפא

ב"ה, כ"ה אייר, תשי"ז

ברוקלין.

מר יוסף אלתר שי' המכונה ד"ר טומארקין

שלום וברכה!

איך האב באקומען א גרוס וועגען אייך דורך הוו"ח אי"א נו"נ תלמיד תומכי תמימים חנוך הענדיל שי' ליבערמאן און אויך דורך הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים מו"ה אברהם דוב שי' קרעמער, וועלכע האבען מיר אויך דערציילט וועגען אייער געזונט צושטאנד.

און בעת רצון וועל איך מזכיר זיין אייך אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צום געזונט בעסערונג, און בפרט אז איר האט זוכה געווען צו לערנען אין דער ישיבה תומכי תמימים, וואס קיין זאך גייט דאך ניט פארלארען אפילו פון ענינים גשמים ועל אחת כמה וכמה ענינים רוחנים, וביחוד אז רבותינו נשיאנו הקדושים זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האבען אינוועסטעט אזויפיל כחות אין דער ישיבה.

איז דאך זיכער אז אויך איצטער זיינען זיי מעורר רחמים רבים אויף יעדען איינעם פון די תלמידים אין דעם וואס זיי נויטיגען זיך, און בפרט אין געזונט בגשמיות און אין געזונט ברוחניות, ווי עס איז באוואוסט דער מאמר רבותינו זכרונם לברכה, אז די רמ"ח אברים פון דעם מענשן זיינען געגען די רמ"ח מצות עשה און די שס"ה גידים זיינען געגען די שס"ה מצות לא תעשה, און זייענדיק אליין א דאקטאר, איז זיכער איבעריג צו באטאנען, אז אויב אפילו א אבר איז אמאל ניט ווי עס באדארף זיין, דארפמען ניט מיד ווערען צו היילען עם, על אחת כמה וכמה אז עס איז אזוי ברוחניות, מיט דעם צוגאב, ווי דער אלטער רבי שרייבט, אז עס זיינען פראן ניט געזונט זאכען בגשמיות צו וועלכע עס העלפט ניט קיין רפואה, אבער אין רוחניות איז ניטא אזא זאך וואס רפואת הנפש זאל דאס ניט קענען אויסהיילען, ביז עס קאן אויך פארריכט ווערען אויף אזא אופן, פונקט ווי עס וואלט קיינמאל קיין מיחוש (אפשוואכונג) ניט געווען, ואין לך דבר העומד בפני הרצון (קיין זאך קען ניט צוריקהאלטען דעם ווילען) ואין לך דבר העומד בפני התשובה (און קיין זאך קען ניט זיין א אפהאלט אויף דעם צוריקקערן זיך).

איך בין זיכער אז עס איז איבעריג צו מאריך זיין אין דאס אויבען געזאגטע, נאר צוגעבען א נקודה (פאינט) וואס זיכער אויך דאס איז אייך באוואוסט, און דאס איז די באטאנונג פון תורת החסידות פון בעל שם טוב ורבותינו הקדושים דחב"ד אז אין אלע ענינים פון דעם מענשן, דארף זיין דער עבדו את ה' בשמחה, און אז מען איז בשמחה וואס השם יתברך גיט די מעגליכקייט צו דינען עם, זעהט מען הצלחה אין אלע ענינים סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

אין ערווארטונג פון גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע, און מיטן וואונש צו דער דערנעהנטערונג פון חג השבועות, בתוך כלל ישראל צו מקבל זיין די תורה לויטן אויסשפראך און ברכה פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

בברכה לרפואה.