ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תפט

ב"ה, כ"ט אייר, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

מיט גרויס פארוואונדערונג האב איך זיך דערוואוסט פון אייער מנהג צו פאסטען פון צייט צו צייט מאנטאג און דאנערשטאג און אויך ערב ראש חדש, און דאס נאך דעם ווי עס'ז באוואוסט די אנווייזונג פון בעל שם טוב אז מען דארף האבען אז דער גוף זאל זיין געזונט או[ן] ער זאל ניט שטערן צו דער אנזאג, צו דינען השם יתברך בשמחה, און מען זעהט דאס פאקטיש אין אונזער דור אז דורך אפטע תעניתים, ווערט אפגעשוואכט דער געזונט און עס'ז נאכדעם א שטערונג צו ענינים פון מצות.

זעלבסט פארשטענדליך, אז דאס ווערט געמיינט די תעניתים וועלכע מען נעמט אליין אויף זיך (אבער ניט די תעניתים וועלכע זיינען לויטן שולחן ערוך). און אויב מען וויל דוקא אזא ענין ווי תעניתים, איז באוואוסט אין דעם די הוראה פון כ"ק אדמו"ר מוהר"ש נ"ע, אז דאס קען געטאן ווערען דורך אפהאלטען זיך פון ריידין וואס מען דארף ניט ריידין אפילו ווען מען האט א גרויסען חשק צו דעם, און ניט נאר פון לשון הרע נאר אפילו פון דברים בטלים, און תעניתים פון עסען קען אויך זיין מיט דעם וואס מען עסט זאכען וועלכע זיינען גוט צום געזונט, אבער ניט נאכזוכען דוקא אזעלכע וועלכע האבן געשמאקן טעם דוקא.

איך האף אז די פאר שורות וועלען גענוגענד זיין אז איר זאלט גוט מאכען דאס אויבען דערמאנטע, און וויבאלד ווי איך פארשטיי, אז איר האט זיך געפירט אין דעם מער ווי דריי מאל, דארפמען מתיר נדר זיין און דערנאך פארבייטען די תעניתים פון עסען אויף די אויבען געזאגטע תעניתים. און השם יתברך זאל אייך העלפען אין דעם אלעס און צוזאמען מיט אייער מאן שי' זאלט איר פירן אייער זון אין חסידות'שען וועג געזונטערהייט און פרייליכערהייט.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ה'תפט

הוראה: ראה גם לעיל חי"ג אגרת ד'תריד, ובהנסמן בהערות שם.