ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תקמד

ב"ה, כ"ו סיון, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

במענה למכתבו מיום /6;18amp& אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם געזונט צושטאנד, אייערען און אייער פרויס תחי' און אויך וועגען פרנסה.

עס וואונדערט מיר דער סגנון פון אייער שרייבען, אז נאך דעם ווי איר האט געזעהן מיט אייערע אייגענע אויגען די אפענע חסדים פון השם יתברך און די נסים זיינע ראטעווענדיק פון די לאגערען וכו' איז געפינענדיק זיך איצטער אין א ארט וואו די סכנה ר"ל איז גאר ניטא, בלייבט איר שטיין אויף דער פראגע, מאין יבוא עזרי, און פארגעסט אז גלייך נאך דעם שטייט דאך, עזרי מעם ה'.

זעלבסט פארשטענדליך אז מיט דעם בין איך ניט אויסען צו זאגען מוסר, און עס [איז] דאך באוואוסט דער מאמר רז"ל אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו והוי דן את כל האדם לכף זכות, איך וויל נאר דא באלייכטען די זאך ווי זי איז, און דענסטמאל וועט איר זעהען, אויף וויפיל איר דארפט זיין שטארק בבטחון בבורא עולם ומנהיגו, און וואס אלץ מער עס וועט זיין שטארקער דער בטחון, אלץ פריער וועט איר זעהען א הוספה אין די ברכות פון השם יתברך.

און נאך מער איז דאס נוגע אין אייער מצב, וואס אפילו זוכענדיק ארבעט אדער א אנדער ענין פון פרנסה, פילט דער צווייטער אויף וויפיל איר זייט זיכער אליין צו באקומען די ארבעט און דעם ריוח און דאס ווירקט אויף יענעם צו ערפילען אייער פארלאנג, און ווי מען זעהט דאס אויך במוחש.

זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף טאן אויך בדרך הטבע אבער דאס אויבען געזאגטע, איז אויך איינגעשלאסען אין טבע, אויך איז פארשטענדליך אז מען דארף צוגעבען אין ענינים פון מצות, וואס דאס איז דער צנור און מיטעל צו פארגרעסערען די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך, מען זאל בודק זיין אייערע תפילין, און אויך די מזוזות אין אייער דירה, אז זיי זאלען זיין כשר'ה ווי דער דין איז, און אייער פרוי תחי' זאל אפהיטען דעם גוטען מנהג פון בנות ישראל הכשרות צו געבען אויף צדקה פאר ליכט צינדען יעדער ערב שבת און ערב יום טוב. זעלבסט פארשטענדליך אז דאס דארף זיין בלי נדר.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר