ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תקנב

ב"ה, כ"ז סיון, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ד סיון, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער ארבעט אין פערגאנגענע חדשים.

זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז גורם צער דערוויסענדיק זיך, אז ניט נאר ווערט די ארבעט ניט פארגרעסערט און אויסגעברייטערט נאר אין געגענטייל די צאל באזוכערינס איז ווייניגער געווארען וכו'.

אויב אפילו מען זאל אננעמען אז די טעמים וועלכע איר שרייבט, זיינען פינקטליכע די גאנצע הונדערט פראצענט, איז נאך דערמיט קיין זאך אויפגעטאן געווארען, און בפרט נעמענדיק אין אכט, אז יעדער פון אונז איז אנגעזאגט געווארען צו פארמערען די גוטע פעולות, איז דאך זיכער, אז בעפאר דעם אנזאגען, האט השי"ת צוגעגרייט די מעגליכקייט צו קענען אויספאלגען דעם אנזאג, וואס פון דעם איז פארשטענדליך, אז אויב ביז איצטער האט מען ניט מצליח געווען אין דעם, איז דאס ניט צוליב דעם ניט קענען, נאר צוליב דעם וואס מן הסתם איז ניט גענוגענד געטאן געווארען אדער עס איז געטאן געווארען ניט אויף דעם פאסענדען אופן אין געוויסע ערטער און אין געוויסע קרייזען.

פארשטענדליך איז, אז איך בין ניט אויסען צו זאגען מוסר אדער שווער מאכען אויפן הארצען, נאר מיין כוונה מיט דעם איז, נאך אמאל צו באטאנען, די גרויסע מעגליכקייטען וועלכע זיינען אייך געגעבען געווארען צו אויפטאן אין יהדות בכלל דוכגענומען מיט חסידות'שע ליכטיקייט און אין חסידות בפרט, וואס עס איז א גרויסער היזק די וואכען און חדשים וועלכע גייען דורך ניט אויסניצענדיק די מעגליכקייטען אייערע אים דעם.

און השם יתברך זאל העלפען אז בדרכי נועם ובדרכי שלום, זאלען זיך די אלע חבירות צוזאמענריידען ווי אמבעסטען צו טאן אין דעם העכסט וויכטיגען ענין לויטן וואונש פון רבותינו הק' - וואס פארשטענדליך אז אויך אין די זומער חדשים מוז מען טאן אין דעם, אויב אפילו מיט אנדערע וועגען און אופנים ווי אין די אנדערע חדשים פון יאר, און זאלט קענען אנזאגן גוטע בשורות בקרוב אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ה'תקנב

נדפסה בלקו"ש חכ"ג ע' 462.