ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תרו

ב"ה, י"ג תמוז, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון /4;7amp&.

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

און איך האף אז איר וועט געפינען די פאסענדע ווערטער צו ערקלערען אייער מאן שי' אז מען טאר ניט זיין דערשלאגען און ווי איר שרייבט אז ער וויינט, וואס חאטש א מענש פארשטייט ניט די וועגען פון השם יתברך, איז אבער דאך דאס ניט קיין וואונדער, ווארום ווי קען א מענש מיט זיין באגרעניצטען שכל פארשטיין די וועגען און פירונג פון השם יתברך, אבער דאס איז א זיכערע זאך, אז ער ברוך הוא איז דער עצם הטוב און וואס שטארקער מען איז אין דעם בטחון בהשי"ת אלץ פריער זעהט מען אז די אלע ענינים וועלכע עס האט זיך אויסגעדאכט פאר ניט גוט ח"ו לאזען זיך אויס צום גוטען, און השי"ת זאל העלפען אז בקרוב זאלט איר אנזאגען גוטע בשורות אין די ענינים וואס איר דערמאנט אין אייער בריף.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר