ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תרח

ב"ה, י"ג תמוז, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף און איך הויב אן וועגען דעם עיקר ענין בנוגע צו אייער שוועסטער תי' וואס דער חתן שי' האט אייך געזאגט, אז איר זאלט ריידין מיט דער שוועסטער, וויל איך האפען אז איר האט תיכף ומיד אנגעהויבען צו טאן אין דעם, ווארום מען דארף דאך האבען צייט אז זי זאל זיך צוגעוואהנען צו דעם געדאנק, אויסער וואס מען דארף דאך וויסען די פרטי דינים, וואס אין דעם איז דאך ניט שייך אז דער חתן זאל צוהעלפען ומכמה טעמים.

מען קען אננעמען בדבר אז הנ"ל נעמט זיך שווער צו בא איר מכל שכן וקל וחומר ווי דאס איז אפילו בא אזעלכע וועלכע קומען און געפינען זיך אין א סביבה היותר דתית וחרדית, אבער זעלבסט פארשטענדליך אז צו דעם עצם האט דאס ניט אז די זאך מוז ווערען אפגעהיט, און איך האף אז איצטער ארויפבריינגענדיק איר אויף דעם שמועס וואס מיר האבען געהאט בא איר באזוך בא מיר, ידגיש אז זי דארף זיך רעכענען מיט מיין מיינונג אין שמירת התורה בכלל און בדבר שמירת הטהרה ביחוד, און באטאנען דאס מיט פאסענדע ווערטער ביז עס זאל קומען לקיום בפועל ממש.

ויהי רצון אז עס זאל זיין דברים היוצאים מן הלב בלבוש נועם אבער מיט דעם געהעריקען תוקף, וואס דענסטמאל איז מען מצליח, און הלואי וואלט איר גערעט (בדרכי נועם ו)ביותר תוקף מיט דעם חתן, וואלט איר געהאט אין דעם מער הצלחה איידער איר זייט זיך משער, און די ראי' וואס ער קומט פון אזא משפחה און סביבה און עס האט אויף עם ניט געווירקט, איז וואס קענט איר שוין אויפטאן? איז דאך באוואוסט גרעסערס פון דעם ווי די גמרא דערציילט וועגען דעם נחש הנחשת אז עס איז געווען א ענין פון עבודה זרה, און פילע מלכים צדיקים האבען דאס ניט אויסגעראמט ביז עס איז געקומען חזקי' ומקום הניחו לו להתגדר בו, און דאס איז אזוי אין אלע תקופות און אלע ערטער, און ביחוד אז איצטער איז זיין הנהגה בתורה ומצות נוגע צו אייער שוועסטער און צו זייער בנין בית בישראל ובפרט וואס פון דעם וואס חתן ביום חופתו מוחלין לו על כל עוונותיו, איז דאך א באווייז אז עס איז א המשכה מיוחדת מלמעלה און גיט א געלעגנהייט צו אוועקשטעלען זיך אויף דעם ריכטיקען אידישען תורה'דיקען באדען. און ווי איך האב שוין געשריבען צו מערערע מענשן און אין פילע ענינים, אז וויבאלד די תורה זאגט הוכח תוכיח עד כדי נזיפה והכאה, פארשטייט מען דאך פון דעם אויך וויפל תוכחה קען אויפטאן וויבאלד אז אפילו ווען ער איז שוין נזוף און פעלט נא די הכאה, זאגט נאך אלץ די תורה פארטזעצען דעם הוכח תוכיח, און בפרט אז איך האף אז אין דעם איז כלל לגמרי ניט אזוי ח"ו.

עס וואונדערט מיר וואס איר דערמאנט ניט וואס עס האט אייך דערציילט אייער שוועסטער פון דעם געשפרעך דא און האפענטליך וועט איר דאס ערגענצען בא דער נאהענטער געלעגנהייט.

איך האף אז איר וועט אויך געפינען די פאסענדע ווערטער צו ערקלערן די בעלי בתים פון די סטארס, אז דאס וואס עס ווערט געבראכט אז עס איז פראן די זאך פון אתערותא דלעילא נאר מען דארף דאס אויסניצען מיט אלס מעגליכקייטן (עיין ג"כ לקוטי תורה ריש פרשה ויקרא (ב, ב)) איז דאס ניט דער פשט, אז עס קומט א מלאך מיט צוויי פליגלען און שרייט, טוט תשובה, נאר עס איז כמה שלוחים למקום וואס הקב"ה איז מורה באצבע, אז מען דארף אנדערש ווערען און אנהויבען גיין בדרך התורה והמצוה, און דאס איז אויך די הוראה באצבע אין דעם ענין, וואס עס איז ארויס א געזעץ אז מען דארף פארמאכען שבת, און דאס וואס עס איז נאך געבליבען א פאר שעה ניט איינגעשלאסען אין געזעץ, איז דאס ניט מער ווי א נסיון, צו געבען א געלעגנהייט, אז מיט פרייער אויסוואל (בחירה חפשית) זאלען זיי בוחר זיין בחיים וטוב, צו האלטען געשלאסען די געשעפטען אויך אין די פאר שעה, וק"ל. זעלבסט פארשטענדליך אז איר האט רשות צו דערמאנען אויך מיין נאמען אין דעם ענין, אויב איר דיינקט אז דאס וועט פארגרעסערען דעם שאנס צו איינווירקען כהנ"ל.

געפינענדיק זיך אין דעם טאג פון י"ג תמוז, האף איך אז אויך בא אייך איז דער טאג אנדערש ווי אלע טעג, ניט נאר אין ניט זאגען תחנון, וואס דאס איז א מסובב, נאר אין דעם עיקר ענין אז די העלמות והסתרים אויף תורה ומצות, וועלכע זינען ליידער פראן, העלמות והסתרים בענינים הכללים ובענינים הפרטים, איז מגלגלין זכות ליום זכאי, אז די החלטות טובות אנגענומענע בזה אין דעם טאג זאלען זיין בהצלחה און נמשל ווערען אויף א גאנצען יאר.

בברכה לבשו"ט בכל האמור ובברכת חג הגאולה.