ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תריג

ב"ה, כ"ה תמוז, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ.י.

הנכבד והנעלה מר אליעזר שי' שליט

שלום וברכה!

דערמיט ווערט באשטעטיקט אייער בריוו פון יום ה' פ' פנחס, מיט אייער ביישטייערונג, וואס איז איבערגעגעבן געווארן צום ספעציעלן פאנד פון יום הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואס איז געווידמעט פאר די מוסדות וועלכע טראגן דעם נאמען פון דעם בעל השמחה - אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש און גיבן זיך אפ מיט חינוך הכשר.

דאס וואס איר שרייבט דרך אגב, אז איר שטאמט ניט פון א חסידישע משפחה אבער איר זייט א פארערער פון חב"ד, איז אלעמאל און בפרט איצט ניט די צייט פאר א צעטיילונג לויט משפחות, ווארום עס מוז דאך זיין כל ישראל חברים אין אן אופן וואס ברענגט דאס מאקסימום אין עניני תורה ומצוות. דערפון איז פארשטענדלעך, אז א באוועגונג וואס נעמט אן אלע עניני יהדות לויט דער תורה ומסורה און איז נאך מוסיף אין זיי אן ענין פון אינערע לעבעדיקייט און ליכטיקייט, דורך פנימיות התורה וואס ווערט דורך חסידות חב"ד פארשפרייט אין אן אופן וואס איז באגרייפלעך מיטן שכל - וועט שריט נאך שריט ווערן דאס אייגנטום פון אלע משפחות בישראל, אלע אידן.

ווארום יעדער איינער מוז דאך שטייגען אלץ העכער און העכער אין יהדות און אמונה און דעת את ה', ביז מיר וועלן זוכה זיין אינגיכן צו דער דערפילונג פונם ג-טלעכן צוזאג דורך דעם נביא - כולם ידעו אותי גו' ומלאה הארץ דעה את הוי' גו'.

בכבוד ובברכה.