ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תרלז

ב"ה, ט"ו מנ"א, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטן אייער בריוו, אין וועלכן איר שרייבט וועגן די שוועריקייטן וואס איר האט אין דער היים, בפרט מיט אייערע קליינע קינדער שי' און אזוי ווי - לויט אייער אויסדרוק - דאס איז א פראגע טויט און לעבן פון אייערע קינדער, הויבט איר אן טראכטן וועגן זיי אריינגעבן - ח"ו - אין א מוסד פון א מיסיאן נוצרי אין רמלה.

איך בין זיכער אז דאס אויבנדערמאנטע איז געשריבן געווארן פון אייך אינגאנצן ניט אריינגעטראכטערהייט. ווארום אויב אפילו עס ואלט געווען ווי איר שרייבט א פראגע פון טויט און לעבן פון אייערע קינדער, איז צו געבן די קינדער אין א מיסיאן ניט קיין פראגע, נאר א זיכערער טויט ר"ל, וואס מ'טראכט אפצוטאן מיט אייגענע הענט.

ס'איז א מורא'דיקער הארצווייטיק, וואס נאכדעם ווי היטלער ימ"ש האט אויסגעמארדעט זעקס מיליאן אידן הי"ד, געפינען זיך אידן וואס זאלן זיך אויסדריקן (אפילו אויב ניט טראכטן בפועל) וועגן אריינגעבן אן אייגן קינד אין א מוסד נוצרי ר"ל, וכידוע וואס גלחים אין דייטשלאנד ועוד האבן געטאן צו אידישע קינדער, טאטעס און מאמעס.

נאר, ווי געזאגט, בין איך זיכער, אז דאס איז געשריבן געווארן ניט אויסגערעכנטערהייט, און אפשר האט אימיצער געגעבן די עצה צו שרייבן אזא נוסח, כדי צו מאכן א שטארקערן איינדרוק.

בהנוגע לפועל, דארפט איר זיך ווענדן צו מענטשן און מוסדות וואס פארנעמען זיך מיט אזעלכע ענינים, און זיכער קענט איר אין לוד אויסגעפינען זייערע אדרעסן, און בלי ספק וועט סוף כל סוף עפעס ארויסקומען דערפון.

ס'איז געוויס איבעריק אונטערצושטרייכן, אז קינדער זיינען א ברכה פון ג-ט וואס מ'גיט עלטערן זיי אויפצוהאדעווען און גליקלעך מאכן, ניט ר"ל אומברענגען מיט אייגענע הענט דורך טראכטנדיק אפילו וועגן מיסיאן ר"ל וכיו"ב. און בפרט אז מ'מוז אנקומען צו ספעציעלע ברכות פון דעם אויבערשטן בהנוגע דעם געזונט פון דער פרוי תי' דעם אייגענעם געזונט און פרנסה וכו'.

השם יתברך זאל העלפן איר זאלט קענען אנזאגן גוטע בשורות אין אלעס אויבנדערמאנטע.

בברכה.