ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תרנה

ב"ה, י"ט מנ"א, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

... וואס דו שרייבסט אז די ענינים ציהען זיך און ציהען זיך וכו' - חאטש איך האב מרמז געווען אין דעם ריידענדיק צום פאטער שי' ווידערהאל דא נאך אמאל, ידוע מאמר רז"ל אז מדתו של הקב"ה איז מדה כנגד מדה, און ווען מען ציהט אפ מיט דער מילוי ההבטחה לענינים שבצדקה, ניט קוקענדיג אפילו אויף חסדי השי"ת וואס מען זעהט במוחש בכמה וכמה ענינים אן קיין שום טעם אויף דעם אפציהען פון דער מילוי ההבטחה, הבטחות שבמחשבה ואפילו שבדבור, איז דאך פארשטענדליך אז דורך דעם פארציהט מען אליין די המשכות שמלמעלה, און ווי גרויס איז דער חשך הגדול פון דעם גלות, אז מען זעהט דאס אפילו מיט די פליישיגע אויגען, און מען לערנט ניט קיין מוסר השכל פון דער זאך, ויהי רצון שעל כל פנים עתה זאל מען ממלא זיין אלע הבטחות תיכף ובמילואן, ומהנכון - בתוספת להוספה בברכה, און עס זאל זיין א החלטה גמורה אויף אזא הנהגה טובה אויך אויף להבא, ועל מנת לקיימה בפועל, וועט זיין דענסטמאל די כנגד מדה מהשי"ת אז עד מהרה ירוץ דברו בטוב וחסד הנראה והנגלה.

בברכה לבשו"ט בכל האמור,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר