ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תרפג

ב"ה, כ"ו מנ"א, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה

מו"ה יעקב שי' הכהן

שלום וברכה!

... בהנוגע טרעפען זיך מיט די מנהיגים פון ביהכ"נ נוסח אשכנז וועגען פאראייניגען זיך און אויף ווי ווייט קען מען גיין בהנוגע צו דעם נוסח, זעלבסט פארשטענדליך, אז דאס מוז זיין אפגעהיט, ווארום תפלה איז דער עיקר תכלית פון בית התפלה, און אזוי ווי אין יעדער חסידישער שול, ווען איינער וויל, דאוונט ער זיין נוסח ביחידות, איז דאס א ענין פרטי, און אויב צופעליג דאווינט איינער אן אנדער נוסח פארן עמוד, איז חאטש עס זיינען פילע ניט צופרידענע מיט דעם צוליבן דין, דאך מפני השלום, פארשווייגט מען דאס, אבער בקביעות מוז זיין דער נוסח ליובאוויטש, ובפרט אז על פי דין קען מען בייטען פון נוסח אשכנז לנוסח ספרד ולנוסח אר"י, אבער ניט פארקערט.

ויהי רצון אזוי ווי מיר דערנעהנטערן זיך צו די ימי הרחמים וואס מען הויבט אן זאגען יעדער טאג, את פניך ה' אבקש, (וואס דאס איז פארבונדען מיט דעם, בקשו פני) זאל מען פארשטארקען און פארטיפען דעם ענין התפלה, וואס דאס איז דער פארבונד פון אידען מיט הקב"ה, און דאס איז דער צנור וכלי למילוי צרכיו של אדם הן בגשמיות והן ברוחניות.

בברכת שבתא טבא און ממשיך זיין די ברכה על כל החדש ועל כל הימים לקראתנו לשלום בתכ"י.

ובברכה לבשו"ט.

ה'תרפג

מו"ה יעקב שי': כץ, שיקגו. אגרות נוספות אליו - לעיל ה'תקכג, ובהנסמן בהערות שם.