ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תרפו

ב"ה, כ"ח מנ"א, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך און אייער פאמיליע שיחיו דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יוסף שי' הלוי וויינבערג, וועלכער שרייבט מיר אויך אז ליידער לעצטענס איז מצב הפרנסה בא אייך ניט אמבעסטען.

עס איז באוואוסט די עצה פון חכמנו ז"ל, אז אין אזא מצב דארפמען געבען מערער צדקה און אין א גרעסערער מאס וכל המרבה הרי זה משובח, און די צדקה וואס מען באשטימט צו געבען, קען מען דאס געבען אין מערערע מאל אויב עס איז שווער צו געבען אויף איין מאל, און די פאסענדע צייט צו געבען דאס, צי אין א אופן פון אנשרייבען א טשעק אדער אפלייגען מזומן אין א ספעציעלען ארט, איז דאס יעדער וואכען טאג פארן לייגין די תפילין און דאוונען, און אז מען טוט דאס מיט דעם שטארקען בטחון בהשם יתברך וואס ער האט אונז געגעבען די מצות און האט אונז פארזאגט אויף דעם, אז וחי בהם, אז דאס בריינגט לעבען און אין א גוטען אופן זעהט מען די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך, און דורך מצות הצדקה בפרט זעהט מען דאס אין דעם ענין הפרנסה, און איך וועל זיין צופרידען צו הערען גוטע בשורות אז איר טוט אזוי און זעהט די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס איר באדארפט.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר