ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תרצ

ב"ה, כ"ח מנ"א, תשי"ז

ברוקלין.

מר ישראל שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון י"ט מנ"א אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם באזוך פון די יונגע לייט תלמידי הישיבה הרבנים שלום דוב שם טוב שי' און שמואל פסח שי' באגומולסקי, און פון דער איבערגעבענהייט צו ערפילען זייער שליחות

און מיין צופרידענהייט איז א דאפעלטע, ווייל צופרידען בין איך ניט נאר פון דער ידיעה אז זיי טוען זייער שליחות באמונה, נאר אויף פון דעם וואס זיי האבן געפונען אידען וואס ווייסין צו אפשאצען דאס, און רופען זיך אפ צו דעם רוף פון דער שליחות, ובפרטי פרטית אז דאס האט געבראכט צו ענינים פון מעשה בפועל אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און איך האף אז לויט דעם ווארט פון דער משנה, עינו טובה בשל אחרים, וועט איר זעהן צו אויסניצען אייער השפעה אין דער פולסטער מאס אין דער גאנצער סביבה צו פארשפרייטען דארט תורת חיים ומצות, וואס אויף זיי זאגט די תורה וחי בהם, וואס דורך דעם וועט איר אריינבריינגען אויך תוספת ברכה פון השם יתברך אין דער סביבה אין דעם וואס מען נויטיגט זיך אין לעבען כפשוטו בני חיי ומזוני, און דורך דעם - צוגעבען חיזוק פאר אידען וואו זיי זאלען ניט זיין סיי בחוץ לארץ און סיי בארץ ישראל תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו, ווארעם כל ישראל זיינען ערבים זה בזה, און עס איז דאך באוואוסט דער פירוש ורמז פון דעם מאמר, אז אלע אידען זיינען ערב איינער פאר דעם אנדערען, אז אלע אידען זיינען אויסגעמישט איינער מיט דעם אנדערען, און אז אלע אידען זיינען זיס איינער דעם אנדערען, וואס דאס ווערט דערגרייכט דורך פארשפרייטען אידישקייט און אויפהאלטונג פון אידישקייט אין אלץ מער גרעסערע און ברייטערע קרייזען פון אונזער פאלק ישראל.

איך שליס מיט מיין וואונש אז איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע און פון צייט צו צייט צוגעבען אין די בשורות טובות.

בברכה.

ה'תרצ

מר ישראל: פאגעל, ס'דיעגא.

פירוש... ערב: ראה גם לעיל ח"י אגרת ב'תתקפב, ובהנסמן בהערות שם.