ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תשיב

ב"ה, ו' אלול, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף אין וועלכען דו בעטסט א הסברה אין דער חשיבות פון זאגען תניא יעדער טאג, חאטש דו פארשטייסט די חשיבות פון די שיעורים פון חומש און תהלים.

דער ענטפער אויף דעם, אויף וויפיל עס לאזט זיך איבערגעבען בכתב, איז:

זיכער ווייסט דו אז ס'איז פראן נגלה דתורה ונסתר דתורה וועלכע ווערט אויך אנגערופען פנימיות התורה, און בלשון הזהר הק' ווערען זיי אנגערופען גופא דאורייתא ונשמתא דאורייתא, און אזוי בא יעדער מענשן און בפרט בא אידן, איז אפילו אין זיין נשמה עצמה, פראן דער חלק הנגלה אירער און דער חלק הנסתר אירער, וועלכעס ווערט אנגערופען גוף הנשמה ונשמה של הנשמה.

אביסל דייטליכער זעהט מען דאס פון דעם, וואס די זאכען וועלכע רירען עם אן טיף און נאך טיפער, רעט [ער] אין דעם מיט א באזונדער פייער היציקייט, ניט ווי ער רעט וועגען א זאך וואס ער טוט נאר פון יוצא וועגען חאטש ער רעט וועגען דעם אויך מיט א לעבעדיקייט, אבער עס איז ניט מער ווי פון יוצא וועגען.

און היות מ'וויל דאך די ברכות פון השי"ת אין די טאג טעגליכע ענינים פון דעם מענשן, און בכדי צו באקומען די ברכות זיינע, האט דאך די תורה הק' געזאגט, אם בחקותי תלכו, ופירש רש"י אז דאס איז געמיינט דעם לימוד התורה, און די ברכות וויל מען דאך אז זיי זאלען זיין דורך און דורך פולע און גאנצע, דעריבער מוז מען אויך לפחות א מינימום לערנען פון תורה סיי בנגלה דתורה און סיי בנסתר דתורה פנימיות התורה.

און וויבאלד עס רעט זיך וועגען א מינימום, האט מען דאס קובע געווען אין דעם חלק פון נגלה דתורה און דעם חלק פון פנימיות התורה, וועלכע מען קען לערנען אפילו אלס א אנפאנגער פון לערנען, וואס אין נגלה דתורה איז דאס חומש און אין פנימיות התורה איז דאס תניא.

זעלבסט פארשטענדליך, אזוי ווי אין חומש, איז ניט גלייך ווי עס לערנט עם א קינד א אנפאנגער, אדער ווי עס לערנט עם א גאון גדול וואס חומש קען מען לערנען גאר כפשוטו, און טיפער און טיפער, אזוי אויך אין לימוד התניא.

איך האף אז דו וועסט באווייזען מיין דיזן בריף צו דיין משפיע פון חסידות, און ער וועט דיר קענען אויסברייטערן די הסברה, וועלכעס וואלט צו לאנג געווען טאן דאס אין א בריף.

דער עיקר איז אז א בחור וואס לערנט אין א ישיבה דארף וויסען אז ער דארף לערנען בהתמדה ושקידה און מקיים זיין מצות בהידור און ניט זוכען קיינע קשיות און אפילו א זאך וואס עס איז פאר עם דערווייל ניט אזויפיל קלאהר דייטליך, דארף ער דאס אבער טאן און מיט דער צייט אז ער וועט לערנען ווי געהעריג, וועט דאס ניט פארשטענדליכע פאר עם, פארשטאנען ווערען והשי"ת יצליחו.

בברכת כוח"ט,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר