ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תשיט

ב"ה, ט' אלול, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען די שוועריקייטען וואס טרעפען זיך לעצטענס אין דער ארבעט פון אייער מאן שי'.

לויט ווי איך האב שוין געשריבען צו אייניגע פון די תושבי כפר חב"ד, אז כפר חב"ד איז גוט פאר יעדערן פון זיי ובני ביתו שיחיו, ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות, ובפרט ווער עס האט זוכה געווען ניט נאר צו לעבען אין כפר חב"ד נאר אויך צו האבען די מעגליכקייט אויף צו פארשטארקען און פארגרעסערען דעם כפר חב"ד, איז זיין זכות און שכר פיל מער גרויס, און פארשטענדליך אז מיט דער ארבעט טוט מען א טובה ניט נאר איינעם אדער איינציגע נאר דאס איז א טובה כללית פארן כפר און באזונדער ספעציעל טובה פאר דעם וואס טוט און ארבעט אין דעם, און פון דעם איז פארשטענדליך אז אויב עס מאכען זיך שוועריקייטען אין דער ארבעט אדער אנדערע בארעכענען דאס ניט ווי געהעריג, האט דאס גאר קיין שייכות צו דעם, אז מען זאל טראכטען וועגען אויפהערען די ארבעט און דורך דעם טאן שאדען ח"ו דעם כלל און ח"ו ניט צו זיך.

געוויס דארפמען זעהען אז די באציהונג די ניט געהעריגער זאל בטל ווערען און די מכשולים זאלען באזייטיגט ווערען, ובכלל דורך דרכי שלום דערגרייכט פיל מער איידער דורך אנדערע וועגען, און בפרט לויטן ווארט פון רבנו הזקן אז ואהבת לרעך כמוך איז א כלי צו די גאר גאר גרעסטע מצות.

און השם יתברך זאל העלפען, אז צו דעם נייעם יאהר און נאך פריער זאל זיין אלץ מער שלום און די דערנעהנטערונגען פון אלע אנשי כפר חב"ד, יעדער איינער מיט דעם אנדערען און אלע צוזאמען זאלען בריינגען א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר