ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תשל

ב"ה, י"ג אלול, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ג' מיט דער גוטער בשורה אז איר פילט בעסער, חאטש דאס איז ניט קיין רפואה שלימה, און השם יתברך זאל העלפען אז אנהויבענדיק מיט גוטע בשורות זאלט איר פארזעצען אז אייער געזונט איז בעסער און בעסער.

וואס איר שרייבט וועגען רוישען וכו' דארפט איר פרעגען בא א דאקטאר אויב עס איז פאסיג פאר אייך Nicotinic Acid אדער א צוזאמען געמישט מיט דעם.

אבער דער עיקר דאפט איר זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך רופא כל בשר ומפליא לעשות, און וואס שטארקער עס וועט זיין דער בטחון, אלץ גיכער זעהט מען די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר