ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תשמה

ב"ה, י"ז אלול, ה'תשי"ז

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף:

ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אמווייוניגסטען א קורצען איבערבליק וועגען אייער ארבעט אין דער פארגאנגענהייט, און איך האף אז מער ווי געשריבען איז געטאן געווארען, און דער עיקר אז אין דער צוקונפט זאל מען אויסברייטערען די ארבעט אין אלע מעגליכע אופנים.

איך האף אויך, חאטש איר דערמאנט ניט וועגען דעם אז צווישן די ענינים וואס ווערען געלערענט, איז אויך דא דער לערנען פון חוקי ודיני טהרת המשפחה, מיט די פארהייראטע פרויען אדער כלות וועלכע גייען חתונה האבען, און אויך די דינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט די כשרות פון עסען זאכען, וועלכע דאס לעצטע קען מען לערנען אויך מיט מיידלעך. און אויף וויפיל איך געדיינק, זיינען די דינים פראן אויף צונויפגענומען אין דעם סידור קרבן מנחה, וואס האפענטליך האבען ווער פון די פרויען אזא סידור, און ווען ניט וועט מען דאס אייך צושיקען.

און אזוי ווי מיר געפינען זיך איצטער אין חודש אלול, וואס לויט ווי ערקלערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בארוכה, איז דאס דער חדש פון חשבון הנפש פון דעם אוועקגייענדען יאהר, און אויך א גוטע צוגרייטונג צום קומענדען יאהר, אז עס זאל זיין א גוטער זיסער יאהר, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

דארף דער חשבון און די הכנה פארמאגען אין זיך אויך די באטייליגונג פון יעדער חברה פון נשי ובנות חב"ד פון יעדער סניף און אויך די גוטע החלטה או פעסטקייט אויף צו טאן נאך מער אין דעם אין די קומענדע טעג וואכען און חדשים.

און השם יתברך זאל העלפען אז געזונטערהייט אין גוטער שטימונג זאל מען פארווריקליכען אלע גוטע החלטות אין דער פולסטער מאס און אויך מיט א הוספה.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אויבן געזאגטע און צו א כתיבה וחתימה טובה צו יעדערע פון די חבירות מיט זייערע בני בית שיחיו.

ה'תשמה

סניף: נשלחה לכל הסניפים. טופס אחד, שנשלח בכ"ז אלול, נדפס בלקו"ש חכ"ד ע' 444.