ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תשנ

ב"ה, י"ט אלול, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט, אז בא אייך איז א ספק אויב מיין הוראה האט צו טאן מיט אייער שאלה.

הנה לאחרי בקשת סליחתו, מוז איך זיך באנוצען מיטן זעלבען אויסדרוק פון אייער בריף: א ספק צי דאס האט צו טאן מיט אייער שאלה.

עס רעט זיך ניט וועגען דעם, צי מען קען וויסען תורה שבכתב אויף אויסווייניג, וואס דאס קומט פון לערנען מערערע מאל אין ספר.

אייער פראגע איז געווען, פאר וואס זאל מען ניט איינפירען צו לערנען אויף אויסווייניג תורה שבכתב (ניט דוקא פון ספר), איז אויף דעם האט מען אייך אנגעוויזען אז עס איז א פסק דין, ניט טאן אזוי. און מ'האט אויך אנגעוויזען דעם ערשטען מקור, אבער דאס איז אויך א דין אין שולחן ערוך (או"ח סמ"ט).

די אלע ביישפילען וואס איר בריינגט, אז תנאים ואמוראים האבען געוואוסט פסוקים פון תנ"ך אויף אויסווייניג, איז באמת א שאד דער טרחה אין דעם, ווארום אין יעדער שול וועט איר געפינען אידען וואס ווייסן אשרי אויף אויסווייניג, און מען רעט שוין ניט וועגען קריאת שמע, חאטש אלע ווייסין אז דאס איז תורה שבכתב. נאר ווי געזאגט פריער, וויסען אויף אויסווייניג איז איין זאך, אבער קביעות לערנען אויף אויסווייניג איז דאס דער עיקר אין תורה שבעל פה און ניט אין תורה שבכתב.

ביותר תמי' ופלא, לויט אייער שרייבען אז איר געהט דורך דעם תנ"ך אלע צווי חדשים, ווי קומט איר אפפרעגען א ענטפער בעפאר אריינטראכטען אין עם.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר