ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תשנא

ב"ה, י"ט אלול, תשי"ז

ברוקלין.

הרה"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה אברהם שי'

הכהן

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון אור ליום ו', אין וועלכען איר שרייבט דעם סדר הבקר אין אייער אגודה, לערנען פארן דאוונען, און דערנאך הכנות און צוישען זיי אויך טבילה במקוה פון די מערערע פון די חברים וכו' שמובן אז צוליב דעם הויבט מען אן דעם דאוונען שפעטער. און איצטער איז געווארען א סברא, אז מען זאל אנהויבען דעם דאוונען אין דער פריה מיט צווי שעה פריער, וואס בדרך ממילא וועלען שוין ניט זיין די אלע ענינים וואס זיינען געווען ביז איצטער, פארן דאוונען. און דעם טעם פאר דער ענדערונג איז, כדי תפלה זאל זיין בזמן קריאת שמע.

מובן אז מען דארף בשום אופן ניט מוותר זיין אויף דעם מנהג זקנים חסידים וחסידים ואנשי מעשה, אויף די הכנות שקודם התפלה, און בפרט אז מען פירט זיך אויך בא אייך אזוי א ליינגערע צייט, און עס זיינען זיך נוהג א רבים, באקומט דאס א קדושה וחומר פון מנהג רבים.

אבער באמת דארפמען גארניט אנקומען צו דעם, נעמענדיק אין אכט דעם ענין פון הכון לקראת אלקיך, ווי ערקלערט באריכות אין ספרי מוסר חסידות וקבלה, ופשוט.

און וועגען דער שאלה פון זמן קריאת שמע, זיכער זאגט דאך יעדערער ק"ש קטנה בזמנה, חאטש יעדערער זאגט דאס ביחידות, אבער ח"ו מבטל זיין דעם ענין פון תלמוד תורה דעת רצון, הכנה צום דאוונען באור בקר, וואס דענסטמאל איז אידלי יומא אידלי קצירא, קצירי ומריעי רבנן, וואס אויף יעדער אידען זאגט שלמה המלך און אין זיין נאמען, חולת אהבה אני להקב"ה לתורתו ולמצותיו, וכמאמר רז"ל הידוע אז אפילו אני ישנה בגלותא, ולבי ער להקב"ה לתורתו ולמצותיו.

און השי"ת זאל העלפען אז די תפלה זאל זיין מיט דער העכסט מעגליכער הכנה, קוקען אויף דעם ווי די רז"ל זאגען, תפלה במקום תמיד, וועלכעס איז א קרבן עולה, כולה לה', און ווי עס איז דאך ידוע די בדיקה און זהירות וואס עס דארף זיין אין א קרבן, ובפרט אז די רז"ל זאגען דאך אז תמיד של שחר מכפר על עבירות הלילה ותמיד של בין הערבים על עבירות היום, ויה"ר שיקוים בזה ווי דער פסוק זאגט, עולה אשה ריח ניחוח לה'.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לו ולכל חבריו לכל אשר יראוך ולשומרי פקודיך.

ה'תשנא

מו"ה אברהם: בלעסאווסקי, ניויארק.