ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תשנד

ב"ה, י"ט אלול, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ט"ו אלול, אין וועלכען איר שרייבט א שטיקל חשבון הנפש, און לויט אייער אויסדרוק אינווענטארי, און ווי עס האט זיך אויך גערעט אין דער התועדות פון ח"י אלול, מיוסד על דברי כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז פון ח"י אלול הויבען זיך אן די ימי החשבון יום לחדש אויף די חדשי השנה שעברו.

אבער ס'איז ידוע דער יסוד פון תורת החסידות וואס עס איז אויך א דין בתורה, אז עבודה דארף זיין בשמחה ובטוב לבב, און חשבון הנפש איז דאך אויך מדרכי עבודת השם, במילא דארף אויך דאס זיין בשמחה וטוב לבב, און דער עיקר ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר זאגט בשם אביו כ"ק אדמו"ר איז דא א בחינה צו וויסען פון וועלכען צד קומט דער ענין, ווי געדרוקט אין היום יום כ"ג סיון.

בפרטיות אויף אייניגע רעיונות פון אייער בריף, איז דא בייגעלייגט דער קובץ ליובאוויטש, און אין מערערע פון די מילי מעלייתא וועט איר געפינען דעם ענטפער אויף דעם, ובעיקר ולכל לראש כנ"ל, אז יעדער זאך ומח' וואס עס שטערט צו מעשה בפועל, איז דאס ניט פון צד הטוב וכו'.

ולקראת השנה החדשה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, הנני בזה להביע ברכתי לו ולכל אשר לו, ברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

ובברכה להרחבה אמיתית ולהצלחה בעניניו.