ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תשנז

ב"ה, כ' אלול, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון י"ט אלול ובעת רצון וועל איך מזכיר זיין אייך אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו מנוחת הנפש ומוח שליט על הלב וכו', און ווי רבנו הזקן שרייבט, אז מוח שליט על הלב איז דאס בטבעו ותולדתו, און בפרט ווי איך האב אייך געזאגט, ווען מיר האבען זיך געזעהן, אז איר האט לגמרי ניט וואס איבערצוטראכטען, ווארום די וועלט פירט הקב"ה וועלכער איז דער עצם הטוב און ער איז משגיח אויף יעדערען בהשגחה פרטית לטוב לפניו, און דעריבער איז א שאד די צייט צו דיסקוטירן אין דעם, צי עס איז אזוי, ווארום דאס איז אמת ברורה ומוחלטה, און ווערט אויך מערער ערקלערט אין תורתנו תורת חיים בכלל און נאך מער בהדגשה בתורת החסידות של הבעש"ט רבנו הזקן ותלמידיהם ותלמידי תלמידיהם.

איר האט געדארפט געפינען א מעגליכקייט צו לערנען תורה ברבים, און אין די טעג זיינען וויכטיג אויך צו לערנען די דינים פון ימי תשרי הבע"ל וכיו"ב, און זיין שש ושמח, ווי מיר זאגען אין דער תפלה אלע טאג, לפיכך אנחנו חייבים להודות וכו' אשרינו מה טוב חלקנו וכו' און בפרט אז מען געדיינקט נאך אויך די ענינים פון חסידות מיט דער אור וואס די רביים האבען אריינגעגעבען אין דעם, וכנ"ל מיין איך ניט אז איר זאל[ט] אריינטראכטען אין דעם, ווארעם דאס איז דאך א דבר הפשוט בתכלית נאר דער געדיינקען אליין וועגען דעם, איז גענוג אז איר זאלט אויפהערען דורכאויס צו זארגען, און זיין שמח ובטוח בבורא עולם ומנהיגו.

ולקראת השנה החדשה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, הנני בזה להביע ברכתי לו ולכל אשר לו, ברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

בברכה לבשו"ט.