ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'תשסא

ב"ה, כ"ד אלול, תשי"ז

ברוקלין.

אין ענטפער אויף אייער בריף... אין וועלכן איר שרייבט וועגען דעם ענין תפלין דר"ת.

ווי ערקלערט אין מערערע ערטער, תפלין בכלל איז מוחין, און תפלין דר"ת אין קבלה אותיות, מוחין דאבא, און ווי פארשטאנדיק פון אנדערע ערטער, איז מוחין דאבא שייך צו פנימיות התורה. איז פון דעם פארשטענדליך אז דער תיקון בהנ"ל דארף זיין בשתיים.

א) צו קובע זיין א שיעור אין הלכות תפלין וואס אויף דעם שטייט כל העוסק בתורת וכו'.

ב) צו קובע זיין א שיעור נוסף בלימוד תורת החסידות. און השי"ת זאל העלפן אז די ביידע ענינים זאלן זיין בהצלחה...

ה'תשסא

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 259.

תפלין דר"ת: ראה גם לעיל אגרת ה'תשט, ובהנסמן בהערות שם. לעיל חי"ג אגרת ד'תח.