ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'קנז

ב"ה ד' ניסן תשי"ח

ברוקלין

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן שוויגען איז אנגעקומען אייער בריף פון ב' ניסן, פון וועלכען עס איז אויך ניט דייטליך די אורזאך וואס איר האט די גאנצע צייט ניט געלאזט וויסען פון אייער איינארדנונג אין...

וואס איר שרייבט וועגן דער סביבה אין אייער יעצטיקען ארט, אויף וויפיל עס איז ניט ווי די סביבה אין מאנטרעאל, - איז זיכער איבעריג צו ערקלערען באריכות, אז דאס אליין דארף ערוועקען די וועלכע ווייסין די טייערקייט פון תורה ומצות, און געפינענדיג זיך אין א סביבה אזא וואס עס פעלט אזויפיל ווי איר שרייבט ברוחניות, אריינווארפען זיך מיט חיות און ענערגיע אין דער מאקסימאלסטער מאס, אויף צו טאן וואס מען קען, צו ענדערן אזא צושטאנד און מיט דער צייט אויך בריינגען צו דעם צווייטען ענד, און ווער ווייס, פילייכט איז דאס גאר דער עיקר כוונה פון אייער און אייער מאנס פרנסה האבן אין... פארלויפיג, צוליב דער פרנסה רוחנית וואס איר דארפט באקומען דארטען, דורך אייערע מעשים צו פארבעסערען דעם מצב הרוחני אין...

און ווי באוואוסט דער בריף פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר אין דעם אין נאמען פון זיין זיידען כ"ק אדמו"ר מוהר"ש - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז פרנסה גשמית קען השי"ת געבען אין יעדער ארט וכו', און עס איז דאך ניט מעגליך, אז זייענדיג אין... זאל מען ניט קענען אויפטאן און בפרט די וועלכע האבען זוכה געווען צו תורת החסידות והדרכותי' והנהגותי' און אויך צו האבען די ברכה און הילף פון רבותינו נשיאנו, צו מצליח זיין אין דער ארבעט פון הפצת הי'דות וענינ'.

און דעריבער לויט מיין מיינונג, איז אומאפהיינגינג פון דער פראגע ואוו איר וועט זיך באזעצען אין דער צוקונפט, און בכל אופן איז דאך דאס ניט נוגע אויף דעם זומער, וואו איר וועט זיכער זיין אין...

דארפמען אנהויבען זוכען מיטן ריכטיקען ווילען, וועגען און אופנים ווי צו איינווירקען אין אידישקייט, סיי איר און סיי אייער מאן שי' און זיכער וועט אויך אין דעם מקוים ווערען דער ווארט פון חז"ל, יגעת ומצאת, און דער זכות פון דעם איז דאך ניט צו משער זיין, ביז אז עס'ז רעכט אז ווען אפילו איר וואלט געווען אין מאנטרעאל, איז ווערט צו פארען אין... בכדי אויפטאן דין דעם, און בפרט אז מ'געפינט זיך שוין דארטען אויף א ארט, און ווער ווייס, עס קען דאך זיין, ווען איר וועט ערפילען די שליחות אין הפצת המעינות אין... וועט זיך במילא ארויסווייזען די וועג, אז מ'קען שוין אוועקפארען פון דארטען, וכלשון הכתוב ברכוש גדול פון פילע מעשים פאר יהדות וחסידות - פארען אין א צווייטען ארט.

איך שיק דעם בריף אויסער דער רייהע, מיט דער האפענונג, אז די אויבען דערמאנטע שורות וועלען האבען זייער ווירקונג און וועט נאך קענען אנהויבען צו איינווירקען אין אייער סביבה אויך בנוגע ענינים פון פסח, און השי"ת זאל אייך מצליח זיין.

בברכת חג פסח כשר ושמח.

ו'קנז

דער בריף פון מיין שווער: אג"ק שלו ח"ז א'תתפג. וראה גם לעיל ח"ה אגרת א'שיב.

ח"ט ב'תתקל.