ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'קעט

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשי"ח

ברוקלין, נ.י.

צו אחינו בני ישראל בכל אתר ואתר

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

יעדער יום טוב האט זיך זיין באזונדערן אינהאלט און דערפאר אויך זיינע ספעציעלע לערנונגען און אנווייזונגען, וואס זיינען נוגע יעדען וועמען דער יום טוב איז געגעבן געווארען. ד.ה. יעדן אידן - אלס יחיד און אלס חלק פון דעם כלל ישראל - ווי אויך דעם כלל ישראל אלס אזעלכער.

דער כאראקטער פון יעדן יום טוב שפיגלט זיך אפ און דריקט זיך אויס אין דעם נאמען פון דעם יום טוב און די מצוות, דינים און מנהגים וועלכע זיינען מיט אים פארבונדן.

איינער פון די הויפט מאמענטן פון דעם יום טוב פסח איז אויך אנגעוויזען אין דעם נאמען וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן פאר דעם יום טוב קובע געווען (פעסטגעזעצט) - "זמן חירותנו" - די צייט פון אונזער פרייהייט.

און די תורה, וואס ווערט אנגערופען "תורת חיים", א וועג-ווייזערין אין לעבן - פאדערט פון יעדן אידן צו געדיינקען, ד.ה. איבערלעבן, דעם חרות, יציאת מצרים, יעדן טאג פון אונזער לעבן. אין דעם אויסשפראך פון רז"ל:

אין יעדן דור און יעדן טאג מוז א איד זעהן זיך פונקט ווי ער איז דעם טאג ארויס פון מצרים.

דער אנזאג און פאדערונג זיינען צו יעדן דור - סיי אין די צייטען ווען מען האט שוין דורות ליינג געהאט מלכות בית דוד און בית המקדש הי' קיים - סיי אין די פינסטערע צייטן פון דור השמד, ר"ל.

און צו יעדן אידן יעדן טאג. כאטש נעכטן האט ער איבערגעלעבט "יציאת מצרים", דארף ער היינט פונדאסניי דורכמאכן "יציאת מצרים", און מארגען ווידער אמאל.

ווייל דער אינהאלט פון "יציאת מצרים" באשטייט - אין באפרייען זיך פון די שטערונגען און באשרענקונגען, וועלכע שטייען אין וועג און לאזן עם ניט צו - זיין וואס ער דארף זיין און טאן וואס ער דארף טאן.

און דערפאר איז די "יציאת מצרים" פון נעכטן ניט גענוג פאר זיין מצב און דרגא (שטופע) היינט, און די "יציאת מצרים" פון היינט - וועט זיין ניט גענוג פאר מארגען.

* * *

א בעטראכטונג, וואס מאכט דאס געזאגטע נאך קלארער און שארפער: אין די דרגות אין וועלט ארום אונז - איז צומח. ווען אלעס וואס איז נויטיג צום וואקסן, ערד, וואסער, לופט א.ד.ג. איז צוגעשטעלט געווארען אין דער פולער מאס - איז דער צומח "באפרייט" פון אלע זיינע "זארג" און שטערונגען. און כאטש ער קען ניט אוועק פון זיין ארט, ער איז "פאראורטיילט" צו בלייבן דארט זיינע אלע יארן - האט ער די פולע פרייהייט פון א צומח. כל זמן ער איז ניט מער ווי א צומח - איז ער באמת פריי.

אבער א חי, ווען ער איז אפילו באזארגט מיט אלע זיינע באדערפענישען פון עסען, טרינקען א.ז.וו. אבער ער איז געצוואונגען צו זיין אויף איין ארט, איז דאס בא אים די גרעסטע באשרענקונג - א תפיסה, די שרעקליכסטע תפיסה, ווייל עס פעלט עם דאר עיקר פון זיין מהות (וועזן).

א מענש, וואס ער איז דאך א שכלי, אפילו אז ער האט די פולע פרייהייט פון בעוועגונג, אבער אז מען שליסט עם אפ פון שכל-לעבן - געפינט ער זיך אין תפיסה, אין א תפיסה וועלכע בארויבט עם פון זיין עיקר מהות.

און אזוי אין דער וועלט פון שכל אליין - ווער עס קאן דערגרייכען די העכסטע דרגות פון שכל, און מען באגרעניצט עם צו א שכל - לעבן פון א קליין קינד - איז דאך דאס די שווערסטע תפיסה פאר זיין אמת'ן איך. און אויב ער אליין באגרעניצט זיך צו דעם,

דורך פארשפילען זיינע יארען און שכל און מעגליכקייטן אויף עסען און טרינקען א.ד.ג. און זוכען ווי צו באקומען צום עסען און טרינקען, און העכער גייט ער ניט -

איז דאך, אין פילע הינזיכטען, די אייגען אויפגעשטעלטע זעלבסט תפיסה פיל ביטערער און מיט הארבערע תוצאות (קאנסעקווענצען).

* * *

אידן, וואס יעדער איינער פון זיי האט א נפש אלקית, א חלק אלוק' ממעל ממש, וועלכע, אפילו ווען זי איז אנגעטאן אין דער נפש הבהמית און אין גוף, איז זי פארבונדען מיטן אויבערשטען, מיט "אין סוף" - איז איר דראנג צו איר אמת'ער פרייהייט, צו יציאת מצרים, א שטענדיגער און א "אין סוף'דיגער". זי קען ניט בלייבן אויף איין ארט. יעדן טאג, מיט דער צוגעקומענער עלי' דורך תורה און מצות, וואס מאכן נעענטער צו אין סוף, דערפילט זי טיף אינווייניג אז די נעכטיגע מדריגה איז שוין היינט "מצרים", פון וועלכען מען דארף ארויסגיין אום צו שטייגען העכער.

* * *

דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דער קומענדער זמן חירותנו, זאל יעדן איינעם און איינע ברענגען די באפרייאונג פון אלע שטערונגען, פיזישע, מאטעריעלע און גייסטיגע, און מען זאל שטייגען, בשמחה ובטוב לבב, אלץ העכער און העכער - ביז צום זמן חירותנו אין דער פולסטער מאס - די גאולה האמתית והשלימה דורך משיח צדקנו במהרה בימינו.

בברכת חג הפסח כשר ושמח

מנחם שניאורסאהן

ו'קעט

נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים ובאורים (קה"ת תשמ"ז) ע' תקפב.

און דערפאר... מארגען: ראה ביאור ע"ז לקו"ש ח"ב ע' 544.

אויסשפראך פון רז"ל: תניא פרק מז.

פונדאסניי דורכמאכן "יציאת מצרים": כימי (צאתך מארץ מצרים) ל' רבים... מזמן יציאת מצרים עד גאולה העתידה לבא בב"א הם ימי צאתך מארץ מצרים (ד"ה כימי צאתך ה'תש"ח. וראה ג"כ לקו"ת ד"ה אלה מסעי - השני).

מען דארף ארויסגיין: גודל ההכרח בזה - נראה גם מהעונש על העדרו. וכמרז"ל בנקדימון בן גוריון (כתובות סו, ב) ור' חנינא בן תרדיון (ע"ז יז, ב) על אשר כדבעי לי' למיעבד לא עבד.

שטייגען אלץ העכער: ראה ברכות - בסופה. זהר ח"ב קלד, סע"ב. ד"ה אם בחוקותי ש"ת ס"ה: מהלך (שזהו מעלת בנ"י על המלאכים וכו') הוא הילוך בבחי' בלי גבול כו'.

עיי"ש.