ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'קפא

ב"ה, י"ב ניסן תשי"ח

ברוקלין

ברכה ושלום!

נאך א גאר ליינגערן שווייגען איז מיר אנגעקומען אייער בריף פון יו"ד ניסן, און זעלבסט פארשטענדליך אז עס האט מיר צער פארשאפט צו לייענען אין עם, אז אין דעם ענין פון אייער זון.. שליט"א, איז פארלויפיג קיינע נייעס פראן, און איר שרייבט ניט וועגען דעם קיינע ערקלערונג, און פון אייער זון שי' - אויב איך האב קיין טעות, איז זינט פון פאר ראש השנה, האב איך בכלל קיינע בריף פון עם, און אויך דענסטמאל, האט ער וועגען דעם ענין ניט געשריבען,

ניט וויסענדיק גענוי די סיבה פון דאס אויבען געזאגטע, בין איך אבער משער, אז דאס איז פון קלייבען און שטעלען זיך אויף פרטים אזעלכע וועלכע זיינען גאר ניט וויכטיג, און עס וואונדערט מיר אויף עם, ווי קומט דאס צו עם, וואס זיכער ווייס ער דאך אז עס שטימט ניט אזא שטעל מיט דער פאדערונג פון תורתנו תורת חיים, און בפרט אייער זון שי' וועלכער האט געלערענט פילע יארען אין ישיבת תומכי תמימים, און פירט זיך אויף אין אלע אנדערע זאכען לויט דער אנווייזונג פורת תורת החסידות, או קומענדיג צו אזא העכסט וויכטיגען ענין און א העכסט וויכטיגע מצוה, וויל מען ניט מקיים זיין וואס די תורה זאגט אן אין דעם,

זעלבסט פארשטענדליך, אז איך מיין ניט אז מען דארף טען א שידוך מיט פארמאכטע אויגען, ניט וויסענדיג וואס און ווען, אבער נאך א גאר גאר לאנגע צייט וואס איך האב גערעט מיט עם און שפעטער אויך געשריבען, אז מען מוז טען ענערגיש וועגען א שידוך, איז שוין לאנג געווען די מעגליכקייט צו אפשטעלען זיך אויף איינע פון די הצעות וועלכע זיינען געווען אין פארלויף פון דער צייט, און בפרט בארצנו הק' ת"ו וואס דארטען איז דער קרייז פון פאסענדע פארשלאגען מער גרעסער ווי אין אנדערע מדינות, אויך (איז) פארשטענדליך, אז מיין שרייבען דאס צו אייך, איז ניט געמיינט צו פארשאפען אייך צער ח"ו, נאר צו אויפמערקזאם מאכען פילייכט האט איר איינפלוס אדער אנדערע וועלכע קענען בעאיינפלוסען אייער זון שי' צו ענדערן קארדינאל זיין צוגאנג צו דעם ענין און אין איינקלאנג מיט דער אנווייזונג פון תורתנו הק' ווי פריער געזאגט.

איך בין גאר ניט דאגעגען, אויב איר ווילט וויזען דאס געשריבענע אייער זון שי' און לאז דאס אבער צו אייער איינזעהן, ויהי רצון אזוי ווי מיר דערנעהנטערן זיך צו די פרייליכע טעג פון פסח, וואס מ'האט געזעהן די חסדים פון השי"ת אויך מיט די פליישיגע אויגען, און אפילו אין אזעלכע זאכען וועלכע זיינען געווען פארבונדען מיט גרויסע שוועריקייטען און נאך מער ווי דער ענין פון אייער זון שי', זאל דאס אויך זיין א מזל'דיקע שעה אז אין גיכן זאלט איר קענען אנזאגען א גוטע בשורה אין דעם.

וואס איר שרייבט אין שלוס פון אייער בריף, אז אויך בא אנדערע נעמט דאס צייט, איז די פאלען וואס איך ווייס, איז דאס מערסטענס דורך סיבות אויף וועלכע מ'האט ניט קיין קאנטראל, אבער ווי געזאגט אין דעם פאל, נעם איך אן אז דאס איז צוליב א מחשבה וועלכע שטערט, און דאס שטעלען זיך אויף פרטים וועלכע זיינען דורכאויס ניט וויכטיגע.

בברכה צו א כשר'ן און א פרייליכען פסח

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נ"ב.

איך וואלט געשריבען דירעקט צו אייער זון שי' אבער טו עס ניט צוליב ניט וויסען די סיבה פארוואס ער שרייבט ניט צו מיר, וועט איר זיכער עם איבערגעבען דעם אינהאלט פון דאס געשריבענע אדער דעם גאנצען בריף, איך וויל נאר צוגעבען דערמיט א ברכה פאר עם לחג פסח כשר ושמח און א גוטען שידוך בקרוב ממש.