ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'קצז

ב"ה, כ"ח ניסן, תשי"ח

ברוקלין

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף איייער בריף פון /15;4amp& אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער זון אז ער האט זיך באקענט מיט א ניט אידישע, און לויט ווי איר דריקט זיך אויס, גייט זי צו א רב און ווערט אידיש און האלט אן כשרות, און אויך אייער זון - ווי איר דריקט זיך אויס - לייגט איין וועלטען, אויף דער זאך, און איר פרעגט וואס זאלט איר טאן אין אזא פאל.

בעפאר איר באשליסט אייער באציהונג צו דעם, דארפט איר טאן צוויי זאכען,

א) געפינען א וועג אז אייער זון שי' זאל זיך טרעפען מיט אידישע מיידלעך, וואס עס קען דאך זיין אז ווער פון זיי וועט עם געפעלען ווערען, און דאס וועט זיין די בעסטע וועג צו ארויס פון דער גאנצער זאך, און חאטש אין דער לאנד איז ניט אנגענומען אז עלטערן זאלען אפיציעל פארלייגען שידוכים קינדער, אבער ווי עס ווערט געטאן אין טויזענטער פאלען ארדנען איין עלטערן אזוי, אזעלכע געלעגענהייטען, און די קינדער זאלען ניט וויסען, אז דאס שטאמט פון זיי, איר שרייבט אז אייער זון איז אין קאליפארניע און שרייבט ניט אין וועלכער שטאט, אבער דאס איז א שטאט וואו עס זיינען מערערע אידען, איז פראן פערשידענע געלעגענהייטען, דאס צו אראנזשירען, און לויט דער באשעפטיגונג פון אייער זון, איז דאס זיכער פארבונדען מיט אידישע הייזער, דורך וועלכע עס קען געטאן ווערען דאס.

ב) מדארף אויסגעפינען צו וועלכען רב גייט זי דארטען, און וואס מיינט דאס אז זי ווערט אידיש און מן הסתם קענט איר אויסגעפינען דעם נאמען פון דעם רב, דורך אייער זון, אבער אין אזא וועג, אז ער זאל ניט מיינען, אז איר זייט איינשטימיג אויף דער זאך, ווארום דענסטמאל, גייט דאך פארלארען דער פרובען מיטן ערשטען מיטעל.

איר גיט צו אין אייער בריף, אז איר ווייסט ניט פארוואס קומט דאס אייר א.א.

וו. - איז אין מערערע פאלען איז אזעלכע פאסירונגען א רעזולטאט פון דעם וואס די מוטער זיינערצייט, ווען זי האט פארשווענגערט מיט דעם קינד, איז ניט אפגעהיט ווי געהעריג טהרת המשפחה, (מקוה, הפסק טהרה, וכו') און אויב אין אייער פאל איז דאס אזוי געווען ח"ו, איז אום צו גוט מאכען דאס אין א געוויסער מאס, דארפמען זעהען איינווירקען אויף אנדערע אידישע פרויען, אז זיי זאלען אפהיטען די דינים פון טהרת המשפחה, און ווען איר [וועט] איינווירקען אויף צווי דריי אמווייניגסטען, וועט דאס אין א געוויסער מאס זיין א פארגעבונג אויף דאס אויבען געזאגטע.

מ'האט געדארפט בודק זיין (אפטשעקין) די מזוזות אין אייער דירה, אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז, און אויך זאלט איר אנהאלטען דעם גוטען מנהג פון בנות ישראל הכשרות, צו געבן אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.

בברכה צו גוטע בשורות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר