ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'רי

ב"ה, א' אייר, תשי"ח

ברוקלין

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך באקומען אייער בריף פון /13;23amp& מיט דאס בייגעלייגטע, און לויט מיין אויפטראג האט זיך מיין פריינד ד"ר זעליגסאן שי' פארבונדען מיט איינעם פון די גרעסטע דאקטוירים ספעציאליסטען אין דעם, און בייגעלייגט דא איז דער בריף פון ד"ר זעליגסאן, אין וועלכען ער גיט איבער די מיינונג פון דעם ד"ר ספעציאליסט, און השם יתברך זאל העלפען אס זאל זיין בהצלחה און זאלט קענען אזאגען גוט בשורות אין דעם און גאר אין גיכען.

אזוי אבער ווי מיר זאגען אין די ברכות השחר, איז השם יתברך דער אמת'ר רופא כל בשר ומפליא לעשות, און די דאקטוירים זיינען ניט מער ווי זיינע שלוחים, איז דעריבער דורכאויס נויטיג צו אויפפירען זיך אין דעם טאג טעגליכען לעבן, לויט די אנוויזונגען פון דעם רופא כל בשר ומפליא לעשות, און בפרט ווען עס האנדעלט זיך וועגן קינדער, איז אלעס ערשטע און הויפט זאך, דארף אפגעהיט ווערען די געזעצען און דינים פון תורתנו הק' אין באצוג צו טהרת המשפחה, (נדה, הפסק טהרה, מקוה און ענליכעס) און אויף וויפיל גוט עס זאל ניט זיין דער צושטאנד אין דעם, איז דאך שטענדיג פראן נאך פלאץ אויף צו-צוגעבן אין דעם, און השי"ת איז באגלויבט צו צוגעבן אין זיינע ברכות אין דעם וואס מ'נויטיגט זיך.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך, מ'זאל בודק זיין (אפטשעקין) אייערע תפילין און אויך די מזוזות אין אייער דירה, אז זיי זאלן זיין אלע כשר'ע ווי דער דין איז. און אויך אז אייער פרוי תחי' זאל אנהאלטן דעם גוטען מנהג פון בנות ישראל הכשרות, צו געבן אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.

בברכה לבשו"ט

נ.ב. צוליב דער אבוועזענהייט פון דעם סעקרעטאר וועלכער שרייבט ענגליש,

איז דער בריף געשריבען אין אידיש. אבער איר קענט אויך אויף ווייטער שרייבען אויך אין ענגליש.

ו'רי

נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 581 והושלמה ע"פ העתקה.