ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'רלט

ב"ה, י"א אייר, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון מוצש"ק, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם צושטאנד אין געשעפט, און טראכט איבער, ווי וועט אויסזעהען דער סה"כ פארן יאר.

זיכער איז איבעריג צו מאריך זיין וועגען דעם ענין פון מדת הבטחון, וואס די כוונה איז ניט, צו באנוגענען-זיך מיטן לערנען אין ספרים, נאר מען מיינט טאקע בפועל ממש, אז עס קומט א מאמענט, וועלכע איז ניט ווי עס ווילט זיך, זאל מען שטארק זיין בבטחון, אז עס [איז] מער ניט ווי פאראיבערגייענדע זאך, וכלשון הכתוב כי מנסה ה"א אתכם, און אז השי"ת זעהט, אז מען איז בייגעשטאנען דעם נסיון, זעהט מען דענסטמאל אויך מיט די פליישיגע אויגען, אז עס [איז] געווען ניט מער ווי א נסיון ד.ה. א זאך פון א פארשטעל שאין בו ממש, און פון די עצות, אויף צו צואיילען, אז מען זאל זעהן אז די פרנסה גייט ווערען בעסער, איז אויף צו מוסיף [זיין] אין עניני צדקה, און מען דארף אויך אז די פרוי תחי' זאל אויך פון אירע געלט וואס זי גיט אויף צדקה, אויך מוסיף זיין אין דעם, אלס צוגאב צו דעם וואס געוויס האלט זי אן דעם מנהג הטוב של בנות ישראל הכשרות צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.

***

מרת... תחי'

ברכה ושלום!

אייער מאן שי' שרייבט מיר, אז געלויבט השם יתברך זייט איר שוין אין אנדערע אומשטענדען ענדע אכטען מאנאט, וויל איך וונישען, אז אלעס זאל זיין כשורה ובנקל און זאלט האבען זיינער צייט א געזונטען לעבעדיקען קינד כשורה ובקל.

און זיכער ווייסט איר און טוט אויך אזוי, לויטן מנהג פון בנות ישראל הכשרות צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען, און אין צוזאמענהאנג מיט איצטיקען צושטאנד, און אויך אין ביזנעס, איז די עצה פון חכמנו ז"ל צו-צוגעבען אין ענינים פון צדקה בכלל און פאר ליכט צינדען בפרט, און השם יתברך האט דאך צוגעזאגט אז דורך דעם וועט ניט נאר וואס עס וועט ניט פעלען אין קאסע, נאר עס וועט נאך צוקומען.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

נ.ב.

וועגען דעם וואס איר שרייבט אויף צו ריידין מיט דעם בעל הבית ער זאל אפטיילען דעם צווייטען פלאהר און פארקלענערען די שכירות, איז אויב דאס וועט צוגיין גרינג, קענט איר טאן דאס, אבער אויב מען דארף אנווענדען השתדלות און יגיעה יתירה, איז ניט כדאי די גאנצע זאך, און דער סך הכל דעם יאהר וועט זיין א גוטער און וואס נאך מער וויכטיג - אז די פרנסה זאל פארנוצט ווערען אויף געזונטע פרייליכע זאכען.