ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'רמב

ב"ה, י"ב אייר, תשי"ח

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מדות

מו"ה שלמה שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ר"ח אייר אין וועלכען איר שרייבט אויך וועגען אייער פרוי תחי' מרת פיילע, און בעת רצון וועט מען זי נאך אמאל מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צום געזונט בעסערונג גאר בקרוב, און צוזאמען מיט איר זאלט איר האבען לארך ימים ושנים פיל נחת, אידישען נחת פון קינדער און אייניקלעך שיחיו.

און בפרט לויט אייער שרייבען וועגען אייער אפשטאם, וואס פילע פרטים זיינען געווען פאר מיר א אנגענאמע נייעס, זאל אייך ביישטיין אין דאס אלץ אויבען געזאגטע, און ווי באוואוסט אויך די הודעת חז"ל, זרוק חוטרא לאוירא אעיקרא קאי, און בפרט בהנוגע צו חסידותשע ווארימקייט און לעבעדיקייט וואס זייערע עלטערן האבען באקומען פון רבותינו נשיאנו מייסדי תורת חסידות חב"ד איז דאך באוואוסט אז דברי צדיקים און זייערע פעולות זיינען קיימים לעד, און טוען זייער פעולה גאר כפשוטו אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און געוויס וועלען אט די פעולות נאך מער מוסיף אין די ברכות פון השי"ת אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

המצפה לבשורות טובות וחותם בברכה בגו"ר.

ערהאלטען ניט ליינג אייערע בריף מהטבת מצב בריאותה. ות"ח ת"ח. אויך פאר די פוטו פון די אייניקלאך תחיינה לאויוש"ט.

ו'רמב

מו"ה שלמה: פערין, לונדון. אגרת נוספת אליו - לקמן ו'תצד.