ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'רפח

ב"ה ערב - ראש חדש סיון, חדש השלישי

ברוקלין, נ.י.

ביום הזה באו מדבר סיני. ה'תשי"ח

צו אלע איינטיילנעמער אין דער דריטער

יערליכער

קאנווענשאן פון

אגודת נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

צו אייער צוזאמענקומען זיך אויף דער דריטער יערליכער קאנווענשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד ווענדע איך זיך צו אייך אלעמען, מיט דער אור אלטער אידישער באגריסונג: ברוכות הבאות, און ווינטש אייך: יהי נועם ה' עליכן, און עס זאל זיין פיל הצלחה במעשה ידיכן.

לויט דעם ווארט פון כ"ק הבעל שם טוב, געהערט מערערע מאל פון שווער כ"ק אדמו"ר, אז יעדער זאך איז בהשגחה פרטית און פון יעדער זאך קען מען און מען דארף עטוואס לערנען אין עבודת השם.

איז אויך דער טאג אויך וועלכען עס איז באשטימט געווארען, און, בעזר השם, עס וועט צושטאנד קומען די קאנווענשאן, ראש חדש סיון - א לערנונג און אנווייזונג פאר דער קאנווענשאן.

דעם טאג זיינען אידען אנגעקומען צום מדבר סיני, ויחן שם ישראל נגד ההר - בארג סיני. דערציילען חכמינו זכרונם לברכה, אז דער אנקומען צום בארג סיני איז געווען כאיש אחד בלב אחד (אלע ווי איין מענטש מיט איין הארץ) און אז דאס האט השם יתברך אנערקענט אלס פאסענדע צוגרייטונג און באווייז אז זיי דארף מען געבען די תורה.

די תורה איז א נצחית - אייביקע - גילטיג פאר אלע דורות און פאר אלע מקומות (ערטער), איז פארשטענדליך אז אויך די צוגרייטונג און אופנים פון מתן התורה, זיינען אויך אייביקע.

שוין דער טאג אליין פון ראש חדש סיון, דארף דינען אלס א לעהרע און אנווייזונג פאר אידען בכלל און ספעציעל פאר די וואס קומען זיך דאמאלסט צוזאמען מיטן צוועק צו פארשטארקען אמת'ע אידישקייט, צו ווידמען זיך - דורך אהבת ישראל פאראיינציקט מיט אהבת התורה און אהבת השם - פאר אחדות צווישען אלע אידען, אחדות נגד ההר, צו אויפנעמען תורת משה מסיני- תורת חיים, א תורה וועלכע גיט לעבען און וויזט אן ווי צו לעבען, אין די וואכען - טעג, שבתים און ימים טובים.

און אזוי ווי בא דעם בארג סיני איז דאך קבלת התורה געווען מיט דעם סדר: כה תאמר לבית יעקב - צו די פרויען, און דערנאך ותגיד לבני ישראל - צו די מענער.

אזוי אויך איצטער אין דער צוגרייטונג צום אויפנעמען די תורה מיט באנייטער לעבעדיקייט און התלהבות.

דארפען אידישע פרויען - מיט חב"ד לעבעדיקייט, ווארימקייט און ליכטיקייט, ווי ערקלערט דורך רבותינו נשיאינו, פארווירקליכען דאס אויבען געזאגטע אין דער פולסטער מאס.

און דאס איז אויך פון די הויפט אויפגאבעס פון אגודת נשי ובנות חב"ד - זיין די וועגווייזערינס אין דער הייליגער ארבעט.

השי"ת זאל אייך העלפען, אין גוטן געזונט און מיט גרויס הצלחה, ערפילען אייער אויפגאבע,

און דאס וועט זיכער אויך צוגעבען אין דעם אויבערשטען'ס ברכות אין וואס יעדערע פון אייך דארף, מיט אלע בני בית - שיחיו.

בברכת הצלחה וכל טוב.

מ. שניאורסאהן

ו'רפח

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 241 והושלמה ע"פ צילום האגרת.