ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'רצט

ב"ה, אסרו חג השבועות, ה'תשי"ח

ברוקלין, נ.י.

צו אלע שטיצער און צו אלע איינטיילנעמער אין

83יערליכען באנקעט פון בית הכנסת ובית המדרש אנשי

ליובאוויטש אין שיקאגא

אור ליום כ"א סיון תשי"ח

שלום וברכה רבה!

מיט צופרידנהייט האב איך באקומען די מיטטיילונג וועגען דער פאראנשטאלטונג פון דעם אויבען געזאגטען באנקעט, פאר דעם צוועק פון באפעסטיגען און אויסברייטערען דעם בית הכנסת ובית המדרש אנשי ליובאוויטש שיקאגא צ אין אלע הינזיכטען.

קומענדיג איצטער פון חג השבועות, זמן מתן תורתנו, וואס אידן האבן מקבל געווען בקדושה באימה וביראה, געבענדיק פריער די פאסענדע ערבות: בנינו ערבים בעדנו.

און געדענקענדיג שטענדיג אז קבלת התורה צ דארף זיין און איז צ א טאג טעגלעכע זאך, און ווי דער נוסח הברכה צ נותן התורה, לשון הווה.

וועט דאס זיכער ארויסרופען א ווארימקייט און לעבעדיקייט אין דער הייליגער ארבעט פון בויען, באפעסטיגען און אויסברייטערען דעם ארט וואו דאס אלעס קען קומען צום אויסדרוק אין דעם בעסטען אופן צ א בית הכנסת ובית המדרש מיט א מוסד חינוך פאר אידישע קינדער צ די קינדער וואס עריבים בעדנו.

און דאס וועט זיכער אויך צוגעבען אין די ברכות פון השם יתברך, ווי צוגעזאגט אמאל און שטענדיג, אויך אין די ענינים הפרטים.

השם יתברך זאל באגליקען די אלע וועלכע נעמען איינטייל אין דער הייליקער ארבעט, מיט הצלחה רבה אין דאס אלעס אויבענדערמאנטע.

בכבוד וברכה.

ו'רצט

83 יערליכען באנקעט: ראה ס' תולדות חב"ד בארה"ב ע' קל.