ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'שטו

ב"ה, ט"ו סיון, תשי"ח

ברוקלין, נ.י.

צו די עסקנים און פריינד פון די בית רבקה שולעס צ

אין אלגעמיין, און די אנטיילנעמער אין דעם

זעכצענטן יערלעכן באנקעט פון די בית

רבקה שולעס צ בפרט

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך שרייב דעם בריוו אין דעם טאג, ווען (מיט 31 יאר צוריק) איז דער רבי דער שווער ארעסטירט געווארען אין זיין קאמף און פאר זיין ארבעט, אויפצוהאלטען אידישקייט תורה און מצות און פארשפרייטען זיי צ זיין קאמף קעגן די ריזיגע כחות וואס האבן געוואלט אויסלעשען, ח"ו, יעדן פונק פון אידישקייט. זיין אויסערגעווינלעכע מסירות-נפש האט אבער סוף-כל-סוף מנצח געווען און ער איז באפרייט געווארען י"ב - י"ג תמוז.

דער באנקעט פון די בית רבקה שולעס קומט פאר אין דער צווישן צייט, ווען די איינטשיידונג איז געשטאנען אויף דער וואגשאל.

כאטש אין די פרייע מדינות דארף א איד ניט איינשטעלן זיין לעבן צו דערפילן זיין פליכט אין פארשפרייטען אידישקייט בכלל און ספעציעל אויפן געביט פון אמת-אידישע ערציאונג פון אונזער יוגנט, איז אבער די לאגע פון אידישקייט אין פיל הינזיכטן ניט ווייניקער קריטיש ווי אין יענע יארן. אויף דעם געביט פון חינוך הבנות צ כשר'ע דערציאונג פון אידישע טעכטער צ פאדערט זיך ספעציעל די גרעסטע אנשטרענגונג. און ווי ס'איז באוואוסט, האט דער רבי דער שווער פיל צייט און מי געגעבען כדי צו שאפן און אויסברייטערן די בית רבקה שולעס.

איר האט דעם גרויסן זכות פארצוזעצן, אויפהאלטן און אויסברייטערן אט די גרויסע פאראנטווארטלעכע ארבעט. איצט איז אבער די פאדערונג א פיל לייכטערע צ ניט מסירות נפש נאר צ מסירות הרצון. עשה רצונו כרצונך צ איר זאלט וועלן טאן אין דעם מיט דעם זעלבן ווילן ווי עס ווילט זיך אן אייגענע זאך. די בית רבקה שולעס איז אייער אייגענע זאך.

איך האף, אז איר וועט מיט א פעסטן ווילן און מיט אינערלעכער שמחה געבן אייער פולסטע מאטעריעלע שטיצע און אויך מאראלישע מיטהילף צו די בית רבקה שולעס, און ווירקן אז אויך אנדערע זאלן אזוי טאן.

און דער אויבערשטער וועט זיכער מקיים זיין די הבטחה און אייך מצליח זיין אויך אין אייערע אייגענע און פאמיליען אנגעלעגנהייטן בגשמיות וברוחניות.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלעם אויבנגעזאגטע,

מ. שניאורסאהן

ו'שטו

נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 474.