ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'שנא

ב"ה, אדר"ח תמוז, תשי"ח

ברוקלין.

הרבנית מרת רבקה תחי'

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"ז סיון, וועגען דער פארגרעסערונג פון אייער גרופע, און השם יתברך זאל העלפען אז דאס זאל ענטדעקען אין אייך אייערע אינווייניקסטע כחות וועלכע מען גיט אייך פון אויבען, צו פארגרעסערען די גרופע פיל פאכיג סיי בכמות (קוואנטיטעט) און סיי איכות (קוואליטעט) און עס איז דאך ווערט די גאנצע מיה און השתדלות וואס דאס פאדערט, נעמענדיק אין באטראכט, אז יעדע איינע פון די פרויען איז דאך ניט נאר א פרט (אינדיווידועל) נאר דאס בעאיינפלוסט די גאנצע הויז און פאמיליע.

ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז איר האט אויך אנגעהויבן א אגעטאציע צווישען די פרויען וועלכע גייען חתונה האבען, וואס דאס איז פון די העכסטע וויכטיקע זאכען, און ווי באוואוסט דער ווארט פון רבותינו נשיאנו, אז ווי מען שטעלט זיך אוועק אזוי גייט דאס.

אויף אייער פראגע, צו ארויסקומען עפענטליך און אויך אנגעבען דעם נאמען, אז דאס איז א סניף פון נשי ובנות חב"ד.

לויט מיין מיינונג, אז איצטער אין פארלויף פון זומער, וואס די ארבעט ווערט שוואכער און די צאל באטייליגטע זיינען ווייניגער, איז ניט די פאסענדע צייט, צו אריינבריינגען א זאך, וועלכעס זאל בריינגען צו דיסקאשאנס אמווייניגסטען פון עטליעכע פון די חבירות, און מער פאסיג איז, ווען די ארבעט וועט ווערען מער און מיט א צוגעאיילטער טעמפא, און דער נייעס וועט זיין צווישען נאך ענערגישע אונטערנעמונגען, איינער צווישען דער אנדערער, וועלכעס וועט געבען ווייניגער צייט פאר די וועלכע ווילען זוכען קשיות.

בעת רצון וועל איך מזכיר זיין אייך אייער מאן און קינדער שיחיו אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות אין אייערע ענינים הפרטים און אין ענינים הכללים, וואס איינס איז אפהיינגיג פון דער צווייטער.

בברכה לבשו"ט,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ו'שנא

מרת רבקה תחי': שרפשטיין, סינסינטי. אגרת נוספת אליה - לעיל ח"י ג'רלד.