ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'שפט

ב"ה, י"ג תמוז, תשי"ח

ברוקלין.

צו די באטייליגטע אין דער אויפהאלטונג פון

די בתי ספר

למקצוע וסמינר לבנות בכפר חב"ד באה"ק

ת"ו

ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען דורך הרבנית מרת שיינא תחי' דזשייקאבסאן, די ערשטע רשימה פון באטייליגטע אין דער אונטערשטיצונג פארשטארקונג און פארברייטערונג פון די העכסט וויכטיגע בתי ספר למקצוע וסמינר פאר אידישע טעכטער בכחב"ד בארצנו הק' ת"ו, געגרינדעט דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און אנגעפירט לויט זיין גייסט.

און זייענדיג און זיין יום הגאולה, וועלכעס איז אויך אונזער גאולה, י"ב תמוז, אויף זיין ציון הק', האב איך מזכיר געווען די אלע וועלכע זיינען אין דער רשימה פון די באטייליגטע, יעדערע צו דעם וואס זי נויטיגט זיך.

און השם יתברך זאל העלפען אז פון דעם סגולה טאג און גוטען מזל, זאל אראפקומען אין אלע טעג פון א גאנץ יאהר, צו יעדע איינע פון אייך מיט די בני בית, און אויך צו די וועלכע וועלען איינטייל נעמען אין דער ארבעט, סיי מיט געלט שטיצע אדער גוטען איינפלוס אויף אנדערע, פיל ברכה והצלחה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

וואס דורך דעם, וועט געוויס יעדע פון אייך און אויך די צוקומענדע, נאך מער צוגעבען אין דער העכסט וויכטיגער ארבעט אין א אלץ שטייגענדען מאס, און רבותנו ז"ל האבען אונז מבטיח געווען, אז א צוגאב אין ענינים פון מצות און בפרט אין צדקה, בריינגט א צוגאב פון השי"ת אין זיין ברכה והצלחה.

בברכה להצלחה בהאמור ולבשו"ט,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ו'שפט

ראה גם לעיל אגרת ו'רס.